בלאט 1 פון 2

היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 4:07 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]בחסדי השם יתברך האט זיך אויסגעשטעלט די מציאות אז גאנץ אפט באקום איך אין אישי א שאלה. עס קען זיין א שאלה אין הלכה אדער אין שלום בית וכדומה. ב"ה אז איך האב געהאט די זכיה צו העלפן א שיינע פאר ניקס דא אויף ק"ש. צווישן די שואלים האט זיך געמאכט עטליכע וואס האבן געסטראגלט בעניני קדושה, זה בכה וזה בכה. לויט מיין ריסערטש וואס איך האב געמאכט האב איך זיי געשיקט צו די וועבסייט פון היט דיינע אויגן - Guard Your Eyes. ווי איך האב פארשטאנען קען מען דארט טרעפן עצות און חיזוק אויף די ענינים. אזוי אויך קען מען דארט טרעפן און מאכן סופפארט גרופעס וואס זיי פארשטייען זיך איינער מיט די צווייטע און אזוי קריכט מען צוזאם ארויס פון די פראבלעם.

איינער פון די וואס איך האב געשיקט אהין, האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א געוואלדיגע הצלחה און קריכט ארויס פון זיין פראבלעם. מתוך זיין התפעלות האט ער געוואלט אז מען זאל שרייבן אן ארטיקל דא אויף ק"ש, כדי אז אנדערע ניקס דא זאלן האבן א קלארע ידיעה פון דעם, און אויב זיי אליינס דארפן הילף זאלן זיי וויסן אז עס עקזעסטירט די הילף און סופפארט, מיט אייין קוועטש פון א קנעפל. ער אליינס איז נישט געווען גרייט צו שרייבן צוליב זיין כבוד, האט ער מיר געבעטן אז איך זאל איבערגיין מיט אים די סייט און מאכן אן אשכול אויף דעם.

אונז זענען איבערגעגאנגען די סייט במשך פון א צוויי וואכן וואו ער האט מיר צוגעוויזן געוויסע ארטיקלעך און שיעורים. אזוי אויך האט ער מיר געוויזן די אשכולות, ובתוכם אשכולות וואס זענען נאר אפן פאר מעמבערס. איך בין ממש אין התפעלות פון וואס עס האט זיך אנטדעקט פאר מיינע אויגן. איך האב נישט די ווערטער דאס מסביר צו זיין, ווי מען זעהט אז מענטשן וואס האבן זיך געמוטשעט יאהרן לאנג מיט די ערגסטע דרגה פון שמוץ, רייסן זיך אפ פון די שווערסטע מצבים. מען קען מיטהאלטן וויאזוי הונדערטער און אפשר גאר טויזנטער רייסן זיך אפ און טוישן זייער מהלך החיים לטוב, און ווערן אויפגעראכטן.

כאטש אז מען האט שוין דא און דארט געשריבן געוויסע תגובות איבער דעם סייט, איז עס נאך נישט אויסגעשמועסט באריכות. והניחו לי מקום להתגדר, אז מען זאל דאס צונעמען אויף קליין געלט ליהנות בהם בני אדם. אויב איך וועל מזכה און דורך דעם אשכול וועט איינער טרעפן זיין ישועה, יהא זה שכרי.

קודם איז כדאי צו קוקן אויף די הויפט זייט. דארט אין די צענטער איז דא א ווידיאו פרעזענטאציע וואס זאגט דעם מענטש אז ער האט האפענונג און ער זאל זיך באנוצן מיט טולס פון דעם סייט. דער פראפעסיאנאלער ווידיאו ברענגט ארויס די מטרה פון דעם סייט און וויאזוי צענדליגע טויזנטער, יא צענדליגע טויזנטער פון אלע שיכטן און קרייזן (אינקלודינג נישט אידישע) זענען געהאלפן געווארן דורך דעם סייט.

גאנץ אויבן איז דא א לינק צו די פריווענטשאן סייט. ווי איך פארשטיי איז דארט דא פשוט'ערע טיפס פאר מענטשן וואס ארבעטן אויף שמירת עינים כדרך כל הארץ. מען קען זיך אויפסיינען צו באקומען טעגליכע אימעילס. מען קען דארט הערן ווידיאו און אודיאו שיעורים אויף דעם נושא. און אזוי אויך איז דא דארט לייען מאטעריאל. עס איז אויך דארט דא טיפס מיט עצות פאר עלטערן מיט מחנכים. מען קען דארט טרעפן וויאזוי מען קען הערן לייוו שיעורים און קאנפערענס קאלס וכדומה. על פי רוב איז אין דעם בלעטל געמאכט פאר איינער וואס איז נישט טיף געפאלן.

צוריק צו די הויפט זייט. מען קען ווערן איבערגענומען פון וויפיל ריסארס זיי האבן דארט צוגעשטעלט. זיי האבן א הענד בוק, וואס יעדער קען דאונלאודן. דארט ווערט ארום געשמועסט איבער 20 עצות ודרגות אין דעם סטראגל. זיי רעדן איבער יעדן צו ריכטיג אפשאצן זיין מצב און לויט דעם זאל ער פראבירן די עצות וואס זיי געבן. אויב דער עצה העלפט נישט גיי ארויף צו די שטערקערע עצות. איינע פון די עצות וואס זיי זענען מציע איז די עצה פון די 12 סטעפ פראגראם. וואס דאס אליינס פאדערט פאר זיך אן אשכול. על כל פנים פון דעם האנד ביכל קען מען אנהייבן די עבודה.

איך גיי זיך אפשטעלן אויף צוויי מיטלען וואס איך האב מער דורכגעטוהן און עס איז כדאי אויסצושמועסן. איינס איז די 90 טאג טשארט. דאס איז א סיסטעם אז יעדער חבר שרייבט זיך איין אז גייט ציילן 90 נקיים וואו ער גייט האלטן חשבון זיינע ריינע טעג. מען זעהט א ליסטע פון הונדערטע אידן וואס קריכן אויף די לייטער פון 90 טעג. אויב מען איז געפאלן דעמאלס הייבט מען אן פון אנהייב. עס איז נישט ימים הראשונים יפלו, נאר מען האלט חשבון סך הכל און חשבון פון די איצטיגע חשבון און חשבון פון די לענגסטע שטרעקע וואס מען איז געגאנגען. נאטירליך איז אז גאר אסאך וואס הייבן אן פאלן אראפ פון די טשארט. אבער מען זעהט ווי רוב זענען שוין כמה פעמים געפאלן און צום סוף דערהייבט מען זיך. מען קען זעהן וואו איינער וואס איז געווען ריין פאר 600 טעג און יעצט האלט ער ביי 21 טעג!! עס איז כדאי פאר אזעלכע וואס האבן נישט די נסיונות זאלן דאס אויך זעהן.

די צווייטע זאך איז די פארום. עס איז דא טויזנטער אשכולות ווי יעדער טיילט מיט זיינע נסיונות. איש את רעהו יעזורו, מען העלפט זיך מיט טיפס און עצות. דארט קען מען זעהן ווי מאנכע שרייבן ארויס זייערע מיטמאכענישן, אז עס איז נתפעל צו ווערן וויאזוי מענטשן דראפען זיך ארויס פון לייבן גרוב. אודאי איינער וואס מוטשעט זיך אליינס באקומט גאר אסאך חיזוק פון די אשכולות. מען זעהט ווי ערליכע חשוב'ע אינגעלייט וואס זענען געפאלן פון דעם ענין און זיי קומען ארויס פון איזאלאציע און דורך דעם קענען זיי זיך מתחזק זיין. עס קען קומן טרערן צו זעהן וויאזוי מאנכע מוטשען זיך און ווילן באמת זיך היילן פון דעם קרענק. דארטן זעהט מען ווי איינער פארשטייט זיך מיט די צווייטע. דארטן קען מען אויך טרעפן טיפס און עצות וואס מען קען נוצן אויף אנדערע שוועריגקייטן ווי למשל איבער עסן, כעס, אדער עני אנדערע שוועריגקייטן וואס מיר גייען אדורך.

עס אויך דא דארט אשכולות פאר פרויען וואס מוטשען זיך, וואס איך האב נישט געקענט צוקומען דערצו. אזוי אויך פאר פרויען וואס זייערע מענער זענען געפאלן אין די ענינים. לדעתי, ולדעת דער ניק וואס האט מיר געהייסן דאס דורך טוהן, האבן זיי נישט דורכגעלאזט קיין שום טול וואס קען העלפן אויף דעם נושא. זיי האבן א ריפערל סיסטעם צו טעראפיסטן. יעצט בשעת'ן שרייבן האלט איך אין איין זעהן ווי נאך און נאך זאכן עס איז דא דארט.

אלזא טייערע חבר, אויב דו טראכסט אז דו האסט שוין אלעס פראבירט און גארנישט העלפט, זאג איך דיר גיי אהין צו דעם סייט. דו וועסט זעהן אז עס איז נאך נישט פארפאלן, דו קענסט און דו וועסט בעזרת השם יתברך ארויסקריכן פון דעם פראבלעם. א יעדע סארט עצה אויף דעם פראבלעם און סטראגל ווערט דארט ערגעץ אויסגעשמועסט. מיט געדולד און רואיגקייט און סבלנות, קען מען בעזרת השם טרעפן די ריכטיגע צוגאנג צו דעם נסיון. חזקו ואמצו, שטארק דיך און גיי אהין וועסטו דאנקען דעם באשעפער וואס האט דיר אהין געשיקט.

ווארענונג: ביטע אינאכט נעמן צו שרייבן די תגובות אויף אן אופן אז עס זאל קענען זיין ריין.[/justify]

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 4:32 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
דו קענסט מיר קארעקטען אויב איך בין נישט גערעכט @ראש ישיבה, אבער איז נישט די סייט געצילט צו מענשטן וואס די דברים שבקדושה פראבלעמען זענען אין פארעם פון אן עדיקשען?

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 4:38 pm
דורך ראש הישיבה
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:דו קענסט מיר קארעקטען אויב איך בין נישט גערעכט @ראש ישיבה, אבער איז נישט די סייט געצילט צו מענשטן וואס די דברים שבקדושה פראבלעמען זענען אין פארעם פון אן עדיקשען?


זייער גוט געפרעגט. כנראה ווי איך פארשטיי (קען זיין אז איך האב א טעות) אז מענטשן וואס האלטן ביי דעם עבר ושנה, האט עס די טבע פון 'משפחת' העדיקשאן. דארט ווערט גאר אסאך ארום גערעדט אין די פארוםס איבער וויאזוי איינער קען קלארשטעלן אויב ער איז אן עדיקט אדער נישט.

ועוד, גאר אפט מאכט זיך אז איינער האט זיך צוגעוואונט צו אן התנהגות אין לעבן, מיינענדיג אז ער קען נישט זיין אנדערש אדער בעסער. אבער ווען ער קומט דארט, קען ער זעהן אז עס איז יא דא אופנים וויאזוי זיך מתגבר צו זיין סיי פאר עדיקטס, און סיי פאר איינער וואס איז געשלאגן אין דעם אהן דעם וואס ער איז אן עדיקט.

פארוועם איז די סייט נישט געמאכט? פאר איינער וואס האט פשוט פייגלעך אין קאפ, אבער ער איז נישט דורך געפאלן קיינמאל און בסך הכל זיכט ער חיזוק אויף שמירת עינים. פאר אים איז בעסער ער זאל נאר גיין צו די פריווענשאן זייטל און נישט אהין.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 4:44 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
איך ווייס נאר אז די טעגליכע אימעילס זענען געווען וועגן "ברעיקינג פרי פראם עדיקשאן". איך פלעג עס ליינען אבער איך האב באקומען א שלום עלי נפשי געפוהל פון דעם, ווייל די מענשטן וואס שרייבען דארטען זענען ממש כפות ואדוק אין דעם ענין האב איך אנסאבסקרייבט.
מעגלעך אז די סייט אליינס דעקט מער די סתם שמירת עינים אגענדע.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 4:50 pm
דורך ראש הישיבה
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:איך ווייס נאר אז די טעגליכע אימעילס זענען געווען וועגן "ברעיקינג פרי פראם עדיקשאן". איך פלעג עס ליינען אבער איך האב באקומען א שלום עלי נפשי געפוהל פון דעם, ווייל די מענשטן וואס שרייבען דארטען זענען ממש כפות ואדוק אין דעם ענין האב איך אנסאבסקרייבט.
מעגלעך אז די סייט אליינס דעקט מער די סתם שמירת עינים אגענדע.


די שפראך במקורו איז געצילט צו עדיקשאן. אבער ווי איך פארשטיי איז לאו דוקא נאר דיע וואס האבן זוכה געווען צו באקומען דעם תואר 'עדיקט' זענען דארט. די שרייבערס פון די אימעיל זעהן אז על פי רוב דיע וואס סטראגגלען און האלטן עס פאר עדיקשאן. זיי קיקן אהן דעם גאנצע פראבלעם פון קדושה, פון זייערע קוק, אז דאס איז עדיקשאן. אבער דורכגיינעדיג גאר אסאך אשכולות דארט, האב איך געזעהן אז עס איז דא מערערע וואס העלפן זיך אפילו אז זיי האלטן אז זיי זענען נישט קיין עדיקט. די טעקניקן וואס דארט איז דא איז נישט נאר פאר עדיקטס. נעם למשל די טשארט פון 90 טעג. אין די וועלט פון עקיקשאן עקזיסטירט נישט אזא עצה. זיי האלטן אז די טשארט איז גארנישט ווערט פאר קיין שום עדיקשאן. לעומת זה דארטן אין דעם זייטל זענען שוין הונדערעטער (אדער אפשר אפילו טויזנטער) געהאלפן געווארן דורך די עצה פון דעם טשארט.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 5:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
זיי האבן אפילו אן אפציע פון ארגאנעזירן חבורות אין די אמת'ע וועלט. זיי זאגן ס'איז אסאך מער אפעקטיוו אין א AA סטייל מיטינג. מ'דארף נאר האבן די קוראזש צו גיין, וואס אסאך במשך די צייט זענען אזוי אמת'דיג און שטארק ביי זיך, אז מ'איז אקעי מיט דעם.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 7:30 pm
דורך Milk shake
ס'איז דא א שמירת עינים האטליין פון איינעם רב גערטנער, כ'האב עס אמאל געהערט, ער רעדט מורא'דיג, קורצע פינף מינוטיגע שיעורים, ווארעם און צו די זאך, ווער ס'האט די נאמבער ביטע פאוסטן.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 9:07 pm
דורך קאצקע ציקער
" אפילו נישט יודישע" סיריעסלי?

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:12 pm
דורך הקטן
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:דו קענסט מיר קארעקטען אויב איך בין נישט גערעכט @ראש ישיבה, אבער איז נישט די סייט געצילט צו מענשטן וואס די דברים שבקדושה פראבלעמען זענען אין פארעם פון אן עדיקשען?

זייער אסך וואס זענען טיף אין עדיקשען שווערן זיך אז זיי זענען בכלל נישט עדיקטעט, זיי קענען סטאפען ווען זיי ווילען נאר (זיי ווילען ביז דערוואל נישט)
אויף אזוי ווייט איז דאס אזוי אז דער ערשטער סטעפ פין די 12 סטעפס איז צו אנערקענען אז מען איז עדיקטעד.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:16 pm
דורך הקטן
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:איך ווייס נאר אז די טעגליכע אימעילס זענען געווען וועגן "ברעיקינג פרי פראם עדיקשאן". איך פלעג עס ליינען אבער איך האב באקומען א שלום עלי נפשי געפוהל פון דעם, ווייל די מענשטן וואס שרייבען דארטען זענען ממש כפות ואדוק אין דעם ענין האב איך אנסאבסקרייבט.
מעגלעך אז די סייט אליינס דעקט מער די סתם שמירת עינים אגענדע.

לויט וואו איך געדענק האבן זיי מער וואו איין סארט אי-מעל, איינס איז חיזיק אויף שמירת עינים.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:21 pm
דורך הקטן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זיי האבן אפילו אן אפציע פון ארגאנעזירן חבורות אין די אמת'ע וועלט. זיי זאגן ס'איז אסאך מער אפעקטיוו אין א AA סטייל מיטינג. מ'דארף נאר האבן די קוראזש צו גיין, וואס אסאך במשך די צייט זענען אזוי אמת'דיג און שטארק ביי זיך, אז מ'איז אקעי מיט דעם.

זייט וויסען אז ס'איז דא היימישע SA מיטינגס און כמעט אלע אידישע געגענטער.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 12:54 pm
דורך ראש הישיבה
קאצקע ציקער האט געשריבן:" אפילו נישט יודישע" סיריעסלי?

דער אמת איז אז קיינער ווייסט נישט ווער יענער איז. אבער יעדער שטעלט זיך פאר ווער ער איז. לויט די פארוםס וואס איך האב געלייענט איז דא דארט א שיינע פאהר אשכולות וואס מענטשן וואס האבן זיך פארגעשטעלט אלס א נישט איד. פון די תוכן פון שאלות וואס יענער פרעגן און פון די סגנון פון וואס זיי שרייבן, איז אויך משמע אז ער איז נישט אידיש.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 1:40 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
ספעשעל אריינגעסיינט צו קענען געבן מיין לייק פאר די גאר וויכטיגע אשכול

יישר כוח [tag]ראש הישיבה[/tag]

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:22 am
דורך [NAMELESS]
ארויפגעברענגט לאור שובבי"ם ת"ת

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 10:50 am
דורך פאדעם
ווער קען העלפן א יוד??. די זאך איז אזוי,איך ווייס פון א בחור וואס האט לעת עתה נישט קיין פילטער אויף זיין פאן, יעץ איז ער ב'ה יא גרייט ארויף צי לייגען א פילטער,אבער נאר מיט די תנאים,
ער וויל נישט געבן זיין פאן פאר קיינעם,ווי למשל טעג,משומר ,גדר,וכ'ו קיינער קען נישט טאטשן זיין פאן,ער וויל א פילטער וואס מען קען דייןלאדען און פארטיג,
צווייטענס,ער וויל נאר עס זאל פילטערן שמיץ ,דעטינג סייטס,ער וויל קענען ווייטער האבן טוויטער,פעסבוק,נעטפליקס ,יאטאב,עס מעג זיין נארמאל געפילטערט,עס מיז אבער זיין אפן,
ער איז גרייט צי באצאלן ,איך האב עם געזאגט וועגן k9 ,ער איז אבער נישט ציפרידן דערפין
ווער כס ווייסט פון א גיטע נאמאלע פילטער,וואס מען קען אליינס דייעןלאדן וכל הנ'ל זאל ביטע ארויסהעלפן א יוד וואס וויל זיין גיט
תזכו למצוות

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:09 am
דורך טמיר
אז יוטוב אחז איז אפן איז נאך שייך צו פילטערן שמיץ?

Sent from my ADR6410LVW using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:21 am
דורך הקטן
פארוואס וויל ער יעצט?
איך וואלט דיך מיעצ געווען אים צי זאגן - קוק אהער דאס זענען די אפציעס וואס זענען דא דו שאלה איז צי דו ווילסט צי נישט, ס'איז דיין לעבן דיין עתיד, זיי מחליט וואס דו ווילסט, איך בין דיך גרייט צי העלפן אויב דו דארפסט

וואו לאנג דו, פאדעם, ווילסט דאס מער וואו אים וועסטו נישט קיין סך אנקימען.

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:24 am
דורך דעת תורה
פאר געלט איז דא א באקאנטע עפפ, נעטספארק. ווען אזא עפפ וועט זיין צו באקומען בחינם, וועט עס זיין א אמת'ע תועלת פאר א ריזן ציבור. K9 אויפן פאון פילטערט נאר דעם בראוזער, און מען מוז נוצן זייער בראוזער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:27 am
דורך יין שרף
Qustodio

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:34 am
דורך דעת תורה
האט לעכער אינעם פילטער שאכמ"ל, פילטערט נישט קיין עפפס מיין איך. אבער קען זיין פאר דעם בחור איז עס א גוטע סאלושען. אויב אבער געלט איז נישט קיין אישו, איז נעטספארק די וועי טו גאו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:45 am
דורך הקטן
פין וויפיל רעדט מען א חודש?

Re: היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:55 am
דורך ירא שמים
דעת תורה האט געשריבן:פאר געלט איז דא א באקאנטע עפפ, נעטספארק. ווען אזא עפפ וועט זיין צו באקומען בחינם, וועט עס זיין א אמת'ע תועלת פאר א ריזן ציבור. K9 אויפן פאון פילטערט נאר דעם בראוזער, און מען מוז נוצן זייער בראוזער.

כמיין סקאסט 45$ איאר, און סאיז אגב דא פאר אייפון אויך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:01 pm
דורך הקטן
איז דו שאלה צי דעם בחור פארוואס זאלסטו וועלן לייגן א פילטער?
יעצט איז דו שאלה איז דאס דיר ווערט $45 א יאר?


(און אנדערער ווערטער קודם פעלט אויס צי בויען- ארויסבערנגען פין אים א סיבה (סיבות) אין פארוואס דאס איז פאר אים וויכטג - דו סיבות דארף קימען פין אים נישט פין דיר)