עיון בפרשיות התורה, נביאים וכתובים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

עיון בפרשיות התורה, נביאים וכתובים

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

איך בין מודה אז איך בין ניי דא און דאס איז מיין ערשטע אשכול, און אויב קומט עס מיר פרעסק פאר דעם אשכול וועל איך כל פראסק ופראסק מקבל זיין בסבר פנים אדומות, אבער איך האב אזא עקסזיסטירענדע אשכול נישט געפונען.

אפט האב איך שאלות אויף פרשיות השבוע אדער נ"ך וואס ס'קען זיין אנדערע האבען מער דורכגעטוען ווי איך, צו זאל עס זיין פשוט פשט אדער עיון און צומאל דקדוק, אשר ע"כ וויל איך מיט דעם אשכול מיטטיילען טייל פון מיינע שאלות ובעיות.

לערנענדיג די פרשיות מטות-מסעי טרעפען מיר די צווייטע חלק פון די מעשה פון בנות צלחפד בן חפר בן מכיר בן מנשה. די ערשטע טייל האבען זיי זוכה געוועהן צו די חידוש פון בת יורשת במקום שאין בן. אין די צווייטע טייל זענען געקומען די קינדער פון חפר מיט טענות צו משה רבינו אז אויב די בנות צלחפד וועלען טאקע ירשנ'ן און דערנאך חתונה האבען צו א מאן פון אן אנדערע שבט, וועט סוכ"ס די מאנ'ס שבט באקומען די נחלה, און ס'איז נישט יושר. אויף דעם איז נתחדש געווארען די הלכה פון לא תסוב נחלה, אז די בנות צלחפד מעגען נאר חתונה האבען מיט מענער פון זייער שבט כדי נישט צו מגרע זיין די חלק פון בני מנשה. די גמרא אין ב"ב זאגט אז די הלכה איז נאר אן הוראת שעה און איז נישט נוגע לדורות.

שפעטער אין די פרשה שטייט די מעשה פון בני גד ובני ראובן, ווי זיי האבען געוואלט האבען די נחלה פון עבר הירדן און משה האט עס זיי געגעבען (און פאר חצי שבט מנשה - וואס איז א חידוש פאר זיך ווייל די תורה דערמאנט נישט אז זיי זאלען עס בכלל פארלאנגען) מיט דעם תנאי כפול אז זיי וועלען עס נישט באקומען עד אחר ירושה וישיבה.

פרגע איך א טו-פאולד שאלה, א: די נחלה אין ארץ ישראל איז צעטיילט געווארען על פי הגורל, וואו עס שטייט אין די פרשה, איז די נחלה אין עבר הירדן אויך צעטיילט געווארען על פי הגורל? די פשוט'ע פשט איז ניין, די הלכה פון גורל איז נאר אויף די נחלה אין ארץ ישראל זעלבסט
ב: די חצי שבט מנשה וואס עס שטייט דא איז עס לויט די משפחות האלב און האלב אדער איז עס אומגעפער האלב, דהיינו ווער עס האט געוואלט.

סוף פרשה שטייט אז יאיר בן מכיר בן מנשה האט איינגענומען לענדער פאר זיך ויקרא אתהן חות יאיר. אויב מיר וועלען זאגען אז חצי שבט מנשה איז געווען לויט משפחות קומט אויס אז משפחת מכיר האט גענומען א חלק אין עבר הירדן, און אויב מיר וועלען זאגען אז די נחלה אין עבר הירדן איז נישט געווען צעטיילט ע"פ גורל, טא וואס איז געווען די טענות פון בני חפר בן מכיר? זייער חלק איז דאך נישט געוועהן נגרע סייווי?
ועוד רש"י זאגט אין די ערשטע פרשה פון בנות צלפחד אז דאס ווייסט זייער חביבות צו ארץ ישראל!

וועט מען אדער מוזען זאגען אז, א: די חלק אין עבר הירדן איז אויך צעטיילט געווארען ע"פ הגורל אדער ב: חצי שבט מנשה מיינט נישט חצי לויט משפחות נאר מאנכע פון שבט מנשה, ווי מכיר, זענען געבליבען אין עבר הירדן.

דער עולם ווער געבעטען צו בארייכערען דעם אשכול!
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר