בלאט 1 פון 3
קומזיץ אויפן שיף - אמרי שפר מאנסי
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:17 pm
דורך שלמה'לע
ת"ת אמרי שפר טוט פרעזענטירן א קומזיץ אויף א שיף דעם קומענדין AUG. 11 ווי עס וועלן זיין די בעסטע זינגערס אויפן אידישן מארקעט
אזוי אויך וועט דארטן ווערן ציגעשטעלט די בעסטע מאכלים צו ריקן אויף אלע באקן
* סושי ביזן דאך
* בשר בהמה צו ריקן - מ'וועט זעגן שטיקער בשר אויפן פלאץ
* לאנגע ברייטע צוגארן ס'זאל גיין א רויעך
* די טייערסטע און געשמאקסטע וויינען
* ועוד ועוד....
ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט כאפט אריין זיך איינצושרייבן ווילאנג עס איז נאך דא פלאץ
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:19 pm
דורך שלמה'לע
Imrei Shufer Cruise Aug 11
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:19 pm
דורך שלמה'לע
cruise menu
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
$?
פאר פרויען אויך?
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:24 pm
דורך אפטעמיסט
וואס איז נייעס! האמיר שוין א טיקעט פאר דרור'ס יאכט, יעצט גיימער צו דעם. וואו קויפט מען טיקעטס?
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי האסטו באקומען א טיקעט פאר דרור? די סייט ארבייט נישט ביי מיר. שלמה שמש האט נאך טיקעטס ביי די מקוה?
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:26 pm
דורך אפטעמיסט
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:27 pm
דורך אפטעמיסט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווי האסטו באקומען א טיקעט פאר דרור? די סייט ארבייט נישט ביי מיר. שלמה שמש האט נאך טיקעטס ביי די מקוה?
רוף אין אפיס
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:27 pm
דורך געוואלדיג
נאר מענער
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:28 pm
דורך אפטעמיסט
בעסער אזוי. זאל מיין ווייב בלייבן אין לפידות
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
די סייט קען מען אויך נישט באשטעלן. שיינע גראפיקס אבער.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:31 pm
דורך שלמה'לע
רבותי עס לוינט נישט צו פארפאסן!!!
פאר טיקעט אינפאמאציע...
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:33 pm
דורך שלמה'לע
נאר מענער
ספעציעלע הנחה פאר גאנצע גרופעס, חברים, ארבייטער, משפחה וכדו'
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:33 pm
דורך אפטעמיסט
וויפיל קאסט עס?
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
נו, זאג שוין כמה פאר אן ערוואקסענע זכר.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:35 pm
דורך שלמה'לע
בלויז $500
פאר א גאר גאר רייכע מעניו
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:36 pm
דורך אפטעמיסט
כ'קען דאך שוין פארן קיין פלארידע מיט א חבר פאר די געלט
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
שוין בנוסף צו זיין לאנטש רבי וועל איך אן נעמען אפאר וואכן צו זיין באס רבי. כ'האף מ'וועט מיר זאלן אין צייט פאר'ן שיף.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:39 pm
דורך שלמה'לע
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'קען דאך שוין פארן קיין פלארידע מיט א חבר פאר די געלט
און עסן אלטע איבעגעווארימטע טישקן פלייש
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:40 pm
דורך שלמה'לע
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שוין בנוסף צו זיין לאנטש רבי וועל איך אן נעמען אפאר וואכן צו זיין באס רבי. כ'האף מ'וועט מיר זאלן אין צייט פאר'ן שיף.
הא.. הא..
אבער עס וועט זיך לוינען!!!
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'ווערד 250, אבער דא רעדט מען פון א צדקה צוועק, ס'איז א דינער אין מאושען.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:43 pm
דורך שלמה'לע
(רויטע וונאצעס האקט)
יא דאס טאקע יעצט געוואלט זאגן - ברוך שכוונתי
ועל כולם שטיצט איר איינע פון די חשוב'סטע מוסדות התורה אין מאנסי.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:46 pm
דורך אפטעמיסט
צי כ'וועל יא גיין צי נישט ווייס איך נאכנישט, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ס'איז באגריסענד אז היימישע דינערס ציען זיך אריבער פון קאנטינענטעל צו קרוז שיפן. כ'האב מורא אז נעקסטע הצלה דינער וועט זיין אין די באהאמעס, און בוני עולם אין דעמיניק רעפאבליק. ב"ה מ'האמיר דערלעבט.