בלאט 1 פון 2

ברעיקינג!! הרב ארוש איז מודיע אז ער איז מער נישט מקבל נשים!

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
דער ברייט באקאנטער לעגענדארער רב, א בעל תשובה וואס מאכט טויזענטע בעלי תשובות, הרב שלום ארוש וואס איז באקאנט מיט זיינע ברייט פארשפרייטע ספרים און קונטרסים וואס ווערן צוכאפט און איבערגעטייטשט און אסאך שפראכן, האט עמטליך געמאלדן אז ער גייט מער נישט אויפנעמען נשים אויף קבלת קהל, און וועלכע פרוי עס האט צו פרעגן א שאלה פון אים וועט עס קענען טון נאר דורך בריווען.

http://www.kikar.co.il/176899.html
http://www.kikar.co.il/176917.html

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:39 pm
דורך קאך_לעפל
איך מיין ח''ו נישט פוגע זיין אין דעם איש גדול הצדיק רבי שלום, וואס איז בלי ספק פון די גרויסע לייט אין אונזער דור, אבער עס דערקענט זיך אז ער איז פארט א בעל תשובה וואס האט נישט קיין געהעריגע מסורה. ואסבר את דברי:

עס זענען ליידער פארהאנען שווערע טויזענטער צובראכענע און צושאסענע פרויען, פרויען זענען אין א געוויסען זין מער עמפינדליך ווי מענער, זייערע טרערן איז מער מצו... דעריבער האבן אלע גדולי ישראל אנגעהויבען פון משה רבינו מיט די בנות צלפחד, אלי הכהן מיט חנה, אליהו הנביא מיט האישה הצרפתית, אלישע הנביא מיט האישה השינמית, און ווייטער אין די גמרא איז פול מיט עפיזאדען ווי תנאים מיט אמוראים וואס זענען געווען כשרפי מעלה האבן אויפגענומען נשים, אזוי אויך די ראשונים די אחרונים די תלמידי בעל שם, אלע האבן אויפגענומען פרויען, א מנהיג ישראל דארף האבן אן אפענעם טיר פאר יעדע מר לב נישט קיין חילוק זיין זשענדער... בפרט ווען מען פירט א קהלה פאר בעלי תשובה...

צווייטענס ער האט במעקיפין ארויף געלייגט א נאסע ליילך אויף די גדולי ישראל וואס נעמען אויף נשים...

עס דערקענט זיך אז טראץ זיין גרויסקייט, פארמאגט ער נישט קיין געהעריגע מסורה להנהיג את ישראל.

לדעתי אויב א פרוי וויל "עכט נישט" אז עפעס זאל פאסירן צווישען איר מיטן רב, פאסירט נישט גארנישט...

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:43 pm
דורך הקטן
ער קען זיך און ער זאגט אז ס'שטערט אים - איז וואו קימט דא מסורה

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:52 pm
דורך שלמה המלך
למעשה איז דא זייער שטארקע עוררים און אסאך דסאני שמעתיהם, קען זיין עס איז סתם מוציא לעז על אנשים כשרים אבער מיר לעבען ליידער אין א פאריקטע וועלט! ער האט געטוהן לכאורה א קליגע שריט....

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
קאך לעפל, כ'מיין נישט ח"ו פוגע צו זיין... אבער:
די סיבה פארוואס ער דארף מער חושש זיין ווי אונזערע חסיד'ישע רבי'ס איז, וועלכע סארט פרויען קומען אריין צו אים און וועלכע קומען אריין צו אדמורי"ם. אזוי אויך, פארוואס קומען פרויען אריין צו אונז, און פארוואס צו אים.
ואידך פירושא הוא, זיל גמור.

Re: ברעיקינג!! הרב ארוש איז מודיע אז ער איז מער נישט מקבל נש

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 9:59 pm
דורך ירא שמים
ר׳ מאטל זילבער נעמט אויך נישט אויף פרויען.

Re: ברעיקינג!! הרב ארוש איז מודיע אז ער איז מער נישט מקבל נש

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:08 pm
דורך matovu
מאנסיער רבי נעמט אויך נישט אויף

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:32 pm
דורך קאצקע ציקער
א קליגער שריט זיינע, שלא תמות כדרך שמת פלוני.. ער האט געזעהן וואס האט פאסירט מיט זיין רבין ער וויל נישט ס' זאל חלילה פאסירן מיט עים

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 10:59 pm
דורך הקטן
איך האב אויך קודם אזוי פארשטאנען, און איך האב דאס געשריבן.
למעשה נעמט ער אויך נישט אויף אויב דער מאן איז דארט.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
צוויי שאלות:
א} ווייסט איינער צו הרב ארוש בעקט זיין רבי הרב בערלאנד?

ב} אויפהערן צו אויפנעמען נשים קען קומען פון עטליכע סיבות:
1) ער האלט אז א מענטש איז א מענטש, און אפילו אויב מען איז א רב האט מען נאכאלץ תאוות (אזוי ווי ער זאגט אויף די דרשה), אבער עס האט גארנישט צוטון מיט קיין שום אנדערע סיבה, נאר ער פילט אז דאס איז ריכטיג צו טון.
2) ער האלט אז זיין רבי הרב בערלאנד איז אדורכגעפאלן, און ער וויל נישט פאלן אזוי ווי אים.
3) ער האלט אז זיין רבי הרב בערלאנד איז נישט אדורכגעפאלן נאר עס איז א פשוטע בלבול, און ער ציטערט אז קיינער פון די פרויען זאל עס נישט טון מיט אים.
4) אדער... (זאגט אייער מיינונג איבער דעם)
וואס איז די אמת דא?

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 11:42 pm
דורך לית דין בר נש
אבער פארוואס זאל ער נישט אויפנעמען פרויען און ער זאל האבן א גבאי וואס שטייט אין שטוב ווען עס איז דא א פרוי אינעווייניג?
די גבאי קען שטיין אפגערוקט צעהן פופצן פיס און טאמער וויל זי עפעס זאגן וואס נאר ער זאל הערן קען זי רעדן שטיל און די גבאי וועט נישט הערן אבער פון עבירות אדער בלבולים וועט ער זיין אפגעהיטן.
ליתר שאת קען ער נאך צולייגן א eye חוץ דער גבאי.
מען קען fwd דער תגובה צו הרב ארוש איך charge נישט פאר מיינע עצות.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 11:59 pm
דורך ירח בן יומו
הרב הקדוש מרן ר' אהרן מבעלזא זי"ע פלעגט אויפנעמען ווייבער נאר מיט דריי זכרים און צימער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:41 am
דורך מזל
לית דין בר נש האט געשריבן:אבער פארוואס זאל ער נישט אויפנעמען פרויען און ער זאל האבן א גבאי וואס שטייט אין שטוב ווען עס איז דא א פרוי אינעווייניג?
די גבאי קען שטיין אפגערוקט צעהן פופצן פיס און טאמער וויל זי עפעס זאגן וואס נאר ער זאל הערן קען זי רעדן שטיל און די גבאי וועט נישט הערן אבער פון עבירות אדער בלבולים וועט ער זיין אפגעהיטן.
ליתר שאת קען ער נאך צולייגן א eye חוץ דער גבאי.
מען קען fwd דער תגובה צו הרב ארוש איך charge נישט פאר מיינע עצות.
אז עס ברענגט אים הורהירם העלפט נישט קיין גבאים

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:08 am
דורך חקרן
הרב ארוש זאל מיר מוחל זיין. ער איז דאך א ברסלב חסיד... האלט ער אז א פרוי האט נישט געטארט אריינגיין צו רבי נחמן? - אמער רבי נחמן שרייבט דאך אז ער איז אין די תאוה שטארק אויסגעארבעט, אזוי ווייט אז ער פארשטייט אפילו נישט די תאוה דערפון (אגב, ער האט חתונה געהאט ביי די דרייצן יאר).

בין איך נייגעריגע וואס הרב ארוש וואלט געזאגט אויפן ברסלב'ער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:22 am
דורך קאצקע ציקער
וואס ווילסטו פון עים האבן ווייל ער איז א ברעסלאווער דארף ער זיין אזוי אויסגעארבעט ווי ר' נחמן?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:31 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:קאך לעפל, כ'מיין נישט ח"ו פוגע צו זיין... אבער:
די סיבה פארוואס ער דארף מער חושש זיין ווי אונזערע חסיד'ישע רבי'ס איז, וועלכע סארט פרויען קומען אריין צו אים און וועלכע קומען אריין צו אדמורי"ם. אזוי אויך, פארוואס קומען פרויען אריין צו אונז, און פארוואס צו אים.
ואידך פירושא הוא, זיל גמור.

אדנירם: אויף דעם איז דא אן עצה. ער האט דאך מסתמא א רביצן. זאלל זיין רביצן זיין עמו בשעת ער נעמט אויף די נשים וועלכע ווילן ווערן בעלות תשובה...! נאר ער האט מסתמא געזעהן וואס איז געשעהן צו הרב אליעזר בערלאנד. ראה סוטה בקולקולה והזיר עצמו מן היין...!

Re: ברעיקינג!! הרב ארוש איז מודיע אז ער איז מער נישט מקבל נש

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:25 am
דורך chaims
קאך_לעפל האט געשריבן:לדעתי אויב א פרוי וויל "עכט נישט" אז עפעס זאל פאסירן צווישען איר מיטן רב, פאסירט נישט גארנישט...

ווען א קינד וויל נישט ווערן מאלעסטערט ווערט ער נישט
ווען איינער וויל נישט ווערן בארויבט ווערט ער נישט
וכו' וכו'
I can't believe I just said that...

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:09 am
דורך פארוואס?
די אפטימאלע סאלושן איז, ווען רבנים וועלן דארפן אפגעבן א דין וחשבון פאר אנדערע, (לאו דוקא אין די עניינים, נאר אין אלעס) דעמאלס וועלן זיי קענען אויפנעמען נשים.
עס איז פארהאן צוויי פונדעמאנטאלע פראבלעמען:
1). רבנים ענטפערן שאלות און זאגן דעות אין תחומים וואס זיי האבן נישט קיין אהנונג דערין.
2). רבנים דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
אמת, יעדער איד דארף א מורה דרך, וועמען האבן די רבנים פאר זייער מורה דרך? זיי קענען טון וואס זיי ווילן אן אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם........

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:00 pm
דורך קאצקע ציקער
Oh yes פאר די ווייב....

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:11 pm
דורך געוואלדיג
מיינסט צו זאגן פאר די רעביצין...

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:17 pm
דורך ציבעלע-קיגל
היינטיגע צייט'ן ווען עס זענען דא אזויפיהל משוגעים איז עס זייער א גוטע זאך. ווייל באלד וועט קומען א פרוי וואס ווען עס וועט איהר איינמאהל נישט שמעק'ן וואס ער גייט איהר זאגען גייט זי אויפמאכען א גאנצע מעשה אז ער האט...

און ווי מיר אלע ווייסן דארף מען זיך זייער היטען פון די נשים ווייל רוב זענען אינגאנצען צוחושט. עס האט אמאהל געזאגט א גרויסען פראפעסער אז 25 פראצענט פון די היינטעגע נשים נעמען איין אנטי סייקאטיק פילען. די שרעקעדיגע זאך איז אבער אז 75 פראצענט נעמען דאס נישט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:13 pm
דורך הוגה
[justify]
קאך_לעפל האט געשריבן:איך מיין ח''ו נישט פוגע זיין אין דעם איש גדול הצדיק רבי שלום, וואס איז בלי ספק פון די גרויסע לייט אין אונזער דור, אבער עס דערקענט זיך אז ער איז פארט א בעל תשובה וואס האט נישט קיין געהעריגע מסורה. ואסבר את דברי:

עס זענען ליידער פארהאנען שווערע טויזענטער צובראכענע און צושאסענע פרויען, פרויען זענען אין א געוויסען זין מער עמפינדליך ווי מענער, זייערע טרערן איז מער מצו... דעריבער האבן אלע גדולי ישראל אנגעהויבען פון משה רבינו מיט די בנות צלפחד, אלי הכהן מיט חנה, אליהו הנביא מיט האישה הצרפתית, אלישע הנביא מיט האישה השינמית, און ווייטער אין די גמרא איז פול מיט עפיזאדען ווי תנאים מיט אמוראים וואס זענען געווען כשרפי מעלה האבן אויפגענומען נשים, אזוי אויך די ראשונים די אחרונים די תלמידי בעל שם, אלע האבן אויפגענומען פרויען, א מנהיג ישראל דארף האבן אן אפענעם טיר פאר יעדע מר לב נישט קיין חילוק זיין זשענדער... בפרט ווען מען פירט א קהלה פאר בעלי תשובה...

צווייטענס ער האט במעקיפין ארויף געלייגט א נאסע ליילך אויף די גדולי ישראל וואס נעמען אויף נשים...

עס דערקענט זיך אז טראץ זיין גרויסקייט, פארמאגט ער נישט קיין געהעריגע מסורה להנהיג את ישראל.

לדעתי אויב א פרוי וויל "עכט נישט" אז עפעס זאל פאסירן צווישען איר מיטן רב, פאסירט נישט גארנישט...


ער איז נישט דער ערשטער.

וישמע משה ויפול על פניו מה שמועה שמע אמר רבי שמואל בר נחמני א"ר יונתן שחשדוהו מאשת איש שנאמר ויקנאו למשה במחנה. א"ר שמואל בר יצחק מלמד שכל אחד ואחד קנא את אשתו ממשה שנאמר ומשה יקח את האהל ונטה לו מחוץ למחנה. (סנהדרין ק"י ע"א)


.[/justify]