בלאט 1 פון 3

א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:59 am
דורך קאצקע ציקער
איך וועל דא ברענגען א שיינע משל וואס איך האב געהערט פון הרה"ק מבעלזא דאס שיינקייט פון אמונה פשוטה.

געווען א מאל א יוד, ר יעקב האט ער געהייסן ער האט געהאט צוויי קינדער, איינער האט געהייסן משה און איינער האט געהייסן חיים. ער האט זיי געשיקט אין ישיבה לערנען, איין טאג קימט משה אהיים פון ישיבה און ער פרעגט זיין טאטע ר' יוד ביסטו מיין טאטע?? זאגט עים ר' יעקב זיכער! אוודאו בין איך דיין טאטע!!! וואס איז די שאלה בכלל? זאגט עים משה איים סארי מיסטער, פראוו איט! ווייז מיר אויף, ווער זאגט דו ביסט מיין טאטע? איך גלייב עס נישט

דער טאטע ר'יעקב האלט עס נישט אויס, זיין אייגענע בלוט און פלייש זאל דאס זאגן , ער זאל לייקענען אז ער איז נישט זיין זוהן, אבער וואס קען ער טון זיין זוהן שרייט חי וקים אז ער גלייבט נישט, וואס קען מען טון טראכט ער , וואו געט מען זיך דא אן עצה?

מיטאמאל פאלט עים ביי א געדאנק , ער רופט זיך אן צו זיין זוהן מיט א צובראכענע שטימע, דו זאגסט אז איך בין נישט דיין טאטע יא, און וואס וועט זיין אז איך גיי דיר ברענגען הארטע פרוף אז איך בין יא דיין טאטע וועסטו מיר גלייבן? משה ענטפערט אזוי סקעפטישערהייט, און וויזוי וועסטו דאס טון? זאגט עים ר'יעקב לעצטענס זענען די סייענטיסטען אויפגעקימען אז יעדער מענטש האט א די ען עי און אויב ס' איז אמת אז איך בין דיין טאטע וועלן אונדז זעכער האבן די זעלבע די ען עי, אזוי וועט מען וויסן צו איך בין דיין טאטע צו נישט, זאגט משה טאקע אויב ס'דא אזאנס און אונדז קים מיר אויס די זעלבע דו ען עי וועל איך גלייבן, און לאמיר עס טאקע שוין טון

אומר ושותה זיי גייען ביידע אראפ צום אפיס און נעמען די ען עי טעסט און טאקע די ריזאלטס קימען ארויס אז ס'שטימט זיי זענען טאקע טאטע און זוהן , ר' יעקב פרייט זיך אה ב"ה וועל איך קענען אויפווייזן מיין קינד אז איך בין טאקע זיין טאטע, ער גייט צו צו עים מיט איין פרייד און ער וויל עים ארימנעמען און קישן. אבער משה קיקט עים אן מיט א קאלטקייט און זאגט עים, העי ר' יוד נאט סא פעסט , איך בין נאך גארנישט איבערצייגט אז דו ביסט מיין טאטע !! איי דו זאגסט די דו ען עי , יא אבער ווער זאגט אז דו ען עי איז בכלל א אמת'ע זאך?! גיי ווייז אויף, און ווי לאנג איך איבערצייג מיך נישט קען איך דיר נישט!! אבער איך טראכט אז אפשר איז עס יא א אמת'ע פרוף ממילה וועל איך גיין אין קאלעדז פאר א פאר יאר איך וועל גיט שטודירן די ען עי, וועל איך זעהן אז ס'ריכטיג דעמאלטס קים איך אהיים, אז נישט, דעמאלטס זיי מיר געזינט לחיים טובים ולשלום.

משה גייט אין קאלעדז און פאנגט אן שטודירן די ען עי, עס דוערט נישט לאנג און ער זעהט ווי וואר און ריכטיג די ען עי איז, און דאס מיינט אז ר'יעקב איז טאקע יא זיין טאטע!

פיל מיט חרטה געפילן קימט ער אהיים און לויפט צו צו זיין טאטע מיט א געשריי... טאטע!! און טאטע און זוהן האלדזן זיך און קישן זיך



יעצט שטעלט זיך די שאלה , וועם האט די טאטע מער ליב משה צו חיים די אנדערע זוהן וואס האט קיינמאל געפרעגט קשיות?

והנמשל מובן מאליו


האט הגה"ק מבעלזא געטייטש מיט דעם די פסוק: זה אלי ואנוהו אלוקי אבי וארוממנהו!
זה אלי איינער וואס שטודירט און נאר נאכדעם איז ער משיג אז ס'דא א גאט איז דעמאלטס ואנוהו, אבער אלוהי אבי , פלעין אמונה פשוטה ער איז מיין טאטע און דעטס אלל (איך בין א נער און איך גלייב) איז דעמאלט סך מער א גרעסערע מדרגה עס איז "וארוממנהו"

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:09 am
דורך [NAMELESS]
דאכצעך מיר אז [tag]געוואלדיג[/tag] האט געהאט א הערליכע [tag]געוואלדיג[/tag]ע משל בענין זה אינעם פה-סח אויסגאבע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:33 am
דורך געוואלדיג
דא איז די לינק viewtopic.php?p=264586#p264586. קאצקע, עס איז מיר אינטרעסאנט צו הערן אז די געדאנק שטאמט פון הרה"ק מבעלזא, וואס איז די מקור?

א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:46 am
דורך ירא שמים
דו מיינסט דעם היינטיגן בעלזער ?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:29 pm
דורך שמעקעדיג
איך אגריע מיט יעדן ווארט פונעם שיינעם משל, אבער די 3 ווערטער פארשטיי איך נישט:
קאצקע ציקער האט געשריבן:והנמשל מובן מאליו

ממש אזוי? זעהסט טאקע נישט קיין שום חילוק פון א גשמיות'דיגע טאטע וואס דער קינד זעהט במו עיניו די ליבשאפט פון טאטן ווי ער גיט זיך אוועק פאר אים בלב ונפש, קויפט אים וואס ער דארפט, און וועט איבערדרייען די וועלט בעת צרתו; ווי דער באשעפער וואס שפילט מיט אונז הסתר פנים, די תפלות (קוקט אויס עכ"פ) טוען נישט אויף, מען כאפט פעטש און צרות אן קיין עק, יעדער מיט זיין פעקל בבני חיי ומזוני וכו', ואין לך יום שאין קללתו מרובה, און מען דארף נאר "גלייבן" אז אלעס איז לטובה?

איך האב שוין ערגעץ געשריבן אז יעדע משל - פון אלע ספרים און מגידים - וועלכע פארגלייכן השי"ת צו א טאטן אדער א מלך, האט א פירכא גדולה, ואין פותר אותם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:01 pm
דורך קאצקע ציקער
וואף שמעקעדיג נישט אזוי שארף

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
ס'ווענדט זיך ווי וואס א קינד מ'האלט זיך, צו אזוי ווי א גרויסע אינגעל וואס וויל אלעס פארשטיין און מיינט אז ער דארף אלעס וויסן (אדער רעדט זיך איין אז ער ווייסט אלעס). אדער אנערקענט מען אז עכו איז מען ווי א פיצל קינד וואס מ'דארף עם פשוט ווייזען דאס וועג. ווי למשל, ער זאל נישט אריילייגן זיין פינגער אין די פייער, ער זאל נישט אריינקריכען אין די גרויסע סווימינג פאל וכו' וכו'....

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:37 pm
דורך שמעקעדיג
אויב איז מען א פיצל קינד שטימט ווייטער נישט דער משל מיטן נמשל!
DUH

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:40 pm
דורך שמעקעדיג
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואף שמעקעדיג נישט אזוי שארף

סארי אויב האסט געמיינט כ'בין שארף. עס איז מער פון וואונדער און פרוסטרירינג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב איז מען א פיצל קינד שטימט ווייטער נישט דער משל מיטן נמשל!
DUH

ביזט דאך נישט מער ווי גערעכט, ווען איך בין פריער אריין געקומען אינעם אשכול האב איך פשוט פארגעסן פון די עיקר - די משל וואס מ'רעדט. אבער די תוכן הדברים קען נאך אלס זיין אמת.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:24 pm
דורך קאצקע ציקער
איי שמעקעדיג שמעקעדיג די פאוינט פונעם משל איז כלפי וויזוי דער אייבערשטער קיקט אונדז אן נאכדעם וואס אונדז חקרן מיר און חקרן מיר איבער און איבער צו ער איז טאקע א גאט צו נישט, די זעלבע ווי די טאטע האט זיכער ליב מער די זוהן וואס חקרנ'ט נישט אזוי. און אויף דעם האב איך געשריבן והנמשל מובן מאילו

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:32 pm
דורך [NAMELESS]
אבער און א וועג האט דער טאטע אויך א ספעציעלע ליבשאפט צו א צוריקגעקומענע קינד.

Re: א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:35 pm
דורך ירא שמים
ירא שמים האט געשריבן:דו מיינסט דעם היינטיגן בעלזער ?!

?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:41 pm
דורך קאצקע ציקער
ירא שמים האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:דו מיינסט דעם היינטיגן בעלזער ?!

?

ניין !! האלסט איך רוף דעם היינטיגן בעלזער הרה"ק ?

Re: א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:51 pm
דורך ירא שמים
כקען דיר דען כזאל וויסען וואס דו האלסט ? נאר ליידער זענען היינט דא אזעלכע משוגעים ,
די זאך איז נאר אז די האסט געשריבען ״כהאב געהערט פון הרה״ק כו׳ ״ נארמאל שרייבט מען אין נאמען פון הרה״ק סיידן איר האט עס געהערט פון בעלזער רב אליין ב. כגלייב נישט בעלזער רב האט גערעדט פון דנ״א ( האסט אליין אויסגעברייטעט די משל ? זייער שיין ) ג. וואו איז די מקור.

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 12:24 am
דורך קאצקע ציקער
אסאך האבן שוין אנגעפרעגט ווי די מקור דערפון איז איך גיי פראבירן געוואר צו ווערן

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 7:15 am
דורך diff
רק אין יראת שמים במקום הזה

Re: א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 10:04 am
דורך petergrifin
diff האט געשריבן:רק אין יראת שמים במקום הזה

אמת. היתכן איר דרייטס אייך דא?!

Re: א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 7:03 pm
דורך ירא שמים
קאצקע ציקער האט געשריבן:אסאך האבן שוין אנגעפרעגט ווי די מקור דערפון איז איך גיי פראבירן געוואר צו ווערן

נו בוסט געוואר געווארן ?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 7:29 pm
דורך Kool man
טייערער שמעקעדיג, ס'פאסט נישט פאר דיר, כ'בין שאקירט צו הערען פון דיר אזעלכע נארישע רייד , דטס פאסט ליבערשט פאר די דעפרעסטע פארביטערטע זעלען, אלץ א ענטפער [אויף א שאלה וואס פאדערט באמת נישט קיין ענטפער..].

ס'דא א באקאנטע מעשה פון א חשובע יוד וואס האט נאכ'ן קריג געטראפען זיין געוועהזענער חבר פון פאר'ן קריג, דער חבר איז ליידער פון אזויפיהל צרות אראפ פון וועג, פרעהגט דער עהרליכער יוד דעהם חבר פארוואס ער זעהט אזוי אויס, ענטפערט איהם דער פוקר מיט ביטערניש, ער האט פארלוירען ווייב און קינדער אין די מלחמה, צוגעזעהן ווי יודען ליידען אזויפיהל צרות, וואו איז דער באשעפער?? ענטפערט איהם דער חסיד, געדענקסטו אין ביאלאסטאק ווען יודען האבען ליידער אזויפיהל צוזאמען געזינדיקט, און מענטשען האבען כסדר געפרעהגט וואו איז דער באשעפער, ווי קען זיין ער לאזט אזויפיהל זינדיקען און טוט גארנישט?? ענדליך, ווען מ'זעהט שוין ווי דער אויבערשטער האט זיך יא גענומען אנפראסקענען דעהם עולם ווייל מ'האט געזינדיקט, פרעגסטו שוין ווייטער וואו איז דער באשעפער?
והדברים עתיקים ועמוקים, נוקב ויורד עד התהום.

איך מיין שמעקעדיג אז דא ליגט א קלארע תירוץ אויף וואס ס'קוועטשט דיך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
Kool man האט געשריבן:טייערער שמעקעדיג, ס'פאסט נישט פאר דיר, כ'בין שאקירט צו הערען פון דיר אזעלכע נארישע רייד , דאס פאסט ליבערשט פאר די דעפרעסטע פארביטערטע זעלען, אלץ א ענטפער [אויף א שאלה וואס פאדערט באמת נישט קיין ענטפער..].
איך מיין שמעקעדיג אז דא ליגט א קלארע תירוץ אויף וואס ס'קוועטשט דיך.

סארי פארן רעדן אזעלכע "נארישע" רייד, איך האב נאר געפרעגט וואס איך פארשטיי נישט, ולא הביישן למד.
און איך זעה נישט אין דיינע ווערטער א תירוץ צו מיין קשיא, נאר ענדערש א סיבה צום שואה. נישט דאס איז געווען מיין כוונה, און איך האב בכלל נישט קיין קשיות אויף השגחת השי"ת (כ'מיין צו זאגן, איך פארשטיי אז איך קען נישט אלעס פארשטיין). איך האב פשוט מעורר געווען אז דער משל ונמשל שטימען נישט, און אונזער רילעשיאנשיפ צו השי"ת איז גענצליך אנדערש ווי א גשמיות'דיגן קינד מיט א טאטן, וזהו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:14 pm
דורך diff
petergrifin האט געשריבן:
diff האט געשריבן:רק אין יראת שמים במקום הזה

אמת. היתכן איר דרייטס אייך דא?!

אז ער רופט יענעם "משוגע", אין זיך ירא שמים. איז עס ביידיר א חשיבות ?י

Re: א שיינע משל ונמשל בענין אמונה פשוטה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:25 pm
דורך petergrifin
האסט א שפיץ.