בלאט 1 פון 1
מזל טוב מזל טוב שני פעמים
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:08 am
דורך [NAMELESS]
א אונטערסאנטע מעשה ווערט היינט באריכטעט אונטערן קעפל: כזה סיפור עוד לא שמעתם, מהטעם הפשוט שאירוע כזה טרם התרחש בעולם: שתי תאומות - שנולדו בהפרש של כ-20 דקות האחת מהשנייה - הנשואות לשני תאומים - שנולדו גם הם בהפרש של כ-20 דקות האחד מהשני - ילדו בנות גם כן בהפרש של 20 דקות האחת מהשנייה.
גופא דעובדא הכי הוי, בערך צוואנציג יאר צוריק איז געווען א איד וואס האט געהאט צווילינג זון איינס גערוקט פון די צווייטע מיט צוואנציג מינוט, די צוויי זענען עלטער געווארן אין געגאנגען לערנען ביים מוהרא״ש, כשהגיעו לפירקן האט זיי די מוהרא״ש אנגעטראגן א בייפאל פון א שידוך, צווילינג שוועסטער׳ס וואס זענען אויך געבוירן צוואנציג מינוט א חילוק. זיי האבן חתונה געהאט און די זעלבע פיר טאג.
אונטערסאנטע שידוך אבער דא קומט עפעס אונטערסאנטער.
די מוהרא״ש האט געזאגט פאר די מאמע פון די צוויי שוועסטער׳ס אז זי גייט ווערן א באבע אויף איינמאל. היינט און לניאדו שפיטאל האבן די ביידע פארפעלקער געהאט מיידל בעבי׳ס מיט צוואנציג מינוט א חילוק איינער פון די צווייטע.
http://www.kikar.co.il/177270.html
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:20 am
דורך קאצקע ציקער
זיי האבן חתונה געהאט די זעלבע 4 טאג????
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:37 am
דורך [NAMELESS]
איינער שרייבט דארט אויף כיכר השבת:
נ נח נחמ נחמן מאומן יבניאל

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:53 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:48 pm
דורך שמעקעדיג
מעגן 2 ברודער חתונה האבן צו 2 שוועסטער?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:12 pm
דורך געוואלדיג
יא, נאר לויט צוואת ר"י החסעד נישט וואוינען אין זעלבן בנין.
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:07 pm
דורך לית דין בר נש
ע"פ צוואת ר' יהודה החסיד טארן צוויי ברידער און צוויי שוועסטער נישט חתונה האבן אפי' זיי וואוינען נישט אין די זעלבע בנין.
אות כ"ה
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:28 pm
דורך הרב_שלום
ר שלם מאיר עקשיין פון ק"י האט צווי זיהנען וואס זענען איידימער ביי ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:47 pm
דורך ראש הישיבה
די ווייצענער רב און די אוהעלער רב זכרונם לברכה, זענען ביידע געווען איידעמער ביים דעשער (אירלאנדער).
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:00 pm
דורך געוואלדיג
טעיתי
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:24 pm
דורך [NAMELESS]
ער באשרייבט עס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
דער מאמענט אויכעט, ביי די נייעסלעך.
Re: מזל טוב מזל טוב שני פעמים
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 8:49 pm
דורך דעת תורה
ראש הישיבה האט געשריבן:די ווייצענער רב און די אוהעלער רב זכרונם לברכה, זענען ביידע געווען איידעמער ביים דעשער (אירלאנדער).
נאכן קריג + רבי'ש...
דוכט זיך אז עזריאל גליק (בזיוו"ר) און זיין ברודער יחזקאל האבן אויך גענומען 2 שוועסטערס. קען זיין איך מאך א טעות.
עפעס א מעשה איז דא פון (סאטמאר) רבי'ן ז"ל, וואס ער האט געראטן פאר 2 ברודער (כהנים?) צי נעמען ענדערש 2 שוועסטער ווי איידער א מיידל וואס איז אדורך די לאגערן - צוליב א חשש שבויה.
Re: מזל טוב מזל טוב שני פעמים
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 8:29 am
דורך יהושע חיים
סאטמער רב האט נישט געלאזט כהנים הייראטן מיידלך פון לאגער? אדער איז עס נאר געווען בתורת חומרה האיך דאפשר?
מען האט זיך אסאך גמוטשעט מיט דער פראבלעם פון שביה אבער לויט ווי איך ווייס האט מען עס מתיר געווען (אין מנחת יצחק איז דא א לאנגע תשובה אויף דעם)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: מזל טוב מזל טוב שני פעמים
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 7:07 pm
דורך דעת תורה
איך ווייס נישט צי ער האט נישט געלאזט למעשה, עס איז דא דערוועגן אן אריכות אין תשובות דברי יואל אויכעט און איך מיין ער איז נוטה להתיר ווייל ס'איז געווען מירתת אדער עפעס אזוי. (אגב מיין איך אז אין די נושא איז מען יארן שפעטער אויפגעקומען אז די פאקטן זענען נישט געווען אזוי סמוד ווי מען האט געמיינט בשעתו).
בכל אופן איז דא נישט די רעדע להלכה, נאר ווען ס'האט זיך געהאנדלט א שאלה צי נעמען 2 שוועסטער אדער נעמען א שבויה האט ער מעדיף געווען 2 שוועסטער.
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 7:23 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: ווען דער מופת וואלט געשעהן אין אפריקע וואלט מען עס געקענט אריינפאסן אין דיין מליצה. ס'איז דאך אבער געשעען אין ארץ ישראל...

Re: מזל טוב מזל טוב שני פעמים
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 11:32 pm
דורך גר ותושב
פון וואו דען שטאמט חם אויב נישט פון ארץ ישראל
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:21 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
יעדער לערנט אפ אנדערש צוואת ר׳ יהודא החסיד. מ׳קען נישט ברענגען א ראי׳ אז יענער האט אזוי געטוהן ממילא איז עס נישט קעגען צוואת ר״י החסיד ווייל ס׳נאר לויט ווי ער האט דאס אפגעלערט. פרעגט נאר א סקווערע צו מ׳מעג פארבויען א פענסטער וועט ער דיר ענטפערן ניין מ׳מוז לאזען אפען א אמה אויף א אמה. פרעג דער סאטמערע וועט ער זאגען ס׳גענוג צו לאזען א פיצי לאך ממש א משהו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 7:59 am
דורך berlbalaguleh
דעת תורה האט געשריבן:איך ווייס נישט צי ער האט נישט געלאזט למעשה, עס איז דא דערוועגן אן אריכות אין תשובות דברי יואל אויכעט און איך מיין ער איז נוטה להתיר ווייל ס'איז געווען מירתת אדער עפעס אזוי. (אגב מיין איך אז אין די נושא איז מען יארן שפעטער אויפגעקומען אז די פאקטן זענען נישט געווען אזוי סמוד ווי מען האט געמיינט בשעתו).
בכל אופן איז דא נישט די רעדע להלכה, נאר ווען ס'האט זיך געהאנדלט א שאלה צי נעמען 2 שוועסטער אדער נעמען א שבויה האט ער מעדיף געווען 2 שוועסטער.
דעת תורה: אזוי ווי דו זאגסט. ס'איז נישט קיין נפקא מינה דא לענייננו. אבער סתם פאר אינטרעסאנטקייט. איך געדענק האבנדיג געזעהן די שאלה אין שו"ת דברי יואל אהע"ז. וואו ער איז מתיר פאר כהנים צו חתונה האבן מיט מיידלעך פון די נאצי לאגערן. כאטש זיי האבן דעם דין פון שבויה. ווייל ס'איז דא דער דין פון מירתת. אז די נאצי חיות און מערדערס, ימ"ש זענען שטארק באשטראפט געווארן אויב זיי האבן מאנס געווען די אידישע מיידלעך...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 8:43 am
דורך יהושע חיים
אסאך תשובות זענען געבויט אז עס איז געווען דער נידענבורג געזעץ אז מען טאר נישט האבן קיין אינטעמיט שייכת צו אידן
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Nuremberg_Lawsאויף דעם סמך זענען רוב התירים געבויט למעשה איז אבער נישט געווען אזוי
viewtopic.php?t=2228קומט אויס אז די גאנצע היתר שטייט אויף א שוואכע יסוד
מקען זאגן אז דאס איז השגחה פרטית אזוי האט מען געקענט חתונה האבן אין יענער טעג (אזוי ווי דער ישמח ישראל זאגט אויף צו פארענפערן די בית יוסף אז מען האט פארגעסן פון טומאת היסת)