אידן צי יאזידיס, וועמענס בלוט איז רויטער?
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 12:46 am
ס'איז תשעה באב, דער עולם איז פארנומען קוקן פילמס פון די שואה און מ'קלאגט על שבר עמינו. ס'לאזט זיך נישט גלייבן וואס טויזענטע, לכאורה ציווילזירטע דייטשן האבן געטון צו מיליאנען אומשולדיגע יונגע קינדערלעך און עלטערן, און ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל און ס'וועט קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן וויאזוי דער וועלט האט געקענט זיצן און גארנישט טון צו אפשטעלן, אדער פרובירן אפשטעלן די מערדעריי.
אבער, טייערער איד, כאפ א טשיל. מ'האט געמארדערט דיין פאלק? נישט געפערליך. שריי נישט אזוי. כ'מיין, חס ושלום, ס'איז זייער געפערליך, אבער האב נישט קיין טענות אז קיינער האט עס נישט אינטערעסירט.
ס'האט נישט קיין פשט צו אריינגיין אין פרטים, ווייל יעדער וואס לייענט דאס ווייסט סייווי. יעדער האלט מיט, ווי היינט צוטאגס, נאך יארן שרייען, קרייען און זאגאר גלייבן, אז אין די היינטיגע עפאכע קען סיסטימאטישע-מארד נישט פאסירן, ווערן טויזענטע, הונדערטע טויזענטע קריסטן, יאזידיס און אנדערע מינאריטעטן אויסגעמארדעט און געפירט ווי קעלבלעך צום שחיטה, ואין פוצה פה ומצפצף! ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלטן מיר חסיד'ישע אידן, קינדער און אייניקלעך פון האלאקוסט דורכלעבער געשטורעמט די גאסן פון מאנהעטן און מרעיש עולמות געווען צו פרובירן לייגן א סוף צו די מאסן רציחות און שעכטעריי. אבער? ווי כאילו לא היה זיצט מען על סיר הבשר און מ'וויינט אז קיינער האט אונז נישט נעבעך געשוינט.
איין רגע, פון Rwandan האסטו אמאל געהערט? צי ווייסטו אז מ'האט אויסגעשאכטן א מיליאן מענטשן מיט צוואנציג יאר צוריק און דו ווייסט ניטאמאל דערפון? רבותי, שטייטס אויף פון שלאף! מ'האקט קעפ, מ'קוילט אויס! יונגע קינדער ווערן געווארפן אין פייער! זכור זכור מה היה לנו.