ועד להגנה מפני אלימות קנאות דתית
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 12:30 pm
א סך פראבלעמען זענען פארהאן אין די וועלט וואס זענען בכח צו צושטערן דעם מענטשנס מנוחה אדער גאר צוגרונד לייגן. יעדער גורם וואס ווערט איינערקענט אלס שטערער פונעם מענטשליכער דרך החיים ווערט אנגערופן בפי העם פראבלעם. פאראן אזעלעכע וואס ווערן בעסער קער גענומען און פארהאן וואס ווערן שוואכער קער גענומען.
צווישן די אלע פאשידענע סארטן פראבלעמען, איז פאראן א פראבלעם נישט קלענער ווי אנדערע גרויסע
פראבלעמען, וואס עסט אויף די מענטשהייט ווי געמיינע ווערים, און לאזט איבער געהארגעטע פיזיש און גייסטיש אויף וועגן און אויף שטעגן, און דאס איז דער מכת הקנאות הארורה.
קנאות איז א נאטורליכער אינסטינקט אין די מענטשהייט וואס קען צומאל זיין געבענטשט ווען עס קומט צו באקעמפן שלעכטס אויף די וועלט, גלייך ווי א מלוכה און א דזשאסטיס סיסטעם איז גוט טאמער האלט זיך עס אויפן ריכטיגן באלאנס.
איז אבער קיין סוד קיינמאל נישט געווען אז קנאות קען אנטון ריזיגער שאדן'ס אזש עס זענען געווען אזעלעכע וועלכע האבן פארציכטעט אויף די מעלות דערפון אבי דער שעדליכער קנאות סובסטאנץ זאל נישט עקזיסטירן.
די שלעכטס פון קנאות איז דרייפאכיג. 1 עס איז א טרייב קראפט צו טון אומלעגאלע מעשים אשר לא יעשו מיט כל מיני דריידלעך. 2 עס גיט א תירוץ פארן מענטש אפצוטון ווילדע מעשים. עס איז ווי א מיטוס וואס תחת חסותו קען מען טאן וואס מען וויל. 3 זייער אומאיינשטענדיגע התנהגות. (איך האף אז איך האב מיר קלאר ארויסגעברענגט).
דאס איז געזאגט געווארן אויפן קנאות מיטוס, מענטאלעטי און יצר בכלל, און ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו רעליגיע, דאן איז קנאות א הויפט מחותן, און דווקא אויפן ברוטאלסטן אופן.
איך וועל נישט יעצט אריין גיין אין דער סיבה פארוואס רעליגיע וועקט די מערסטע אויף דאס קנאות גייסט. און איך וועל אויך נישט אריין גיין אין ווי ווייט גערעכט עס איז צו נישט. איין זאך איז זעכער, אז דער מכת הקנאות האט שוין געלאזט שווערע מיליאנען קרבנות.
קנאות האט נישט אויסגעקרויזט אונז אידעלעך, באופן כללי ופרטי פון ציונות ביז התנחלות פון הארגענען גויים ביז אונטערגראבן אידן. און אן דאס אריין גיין צו די קנאים למחנהם האבן רעכט צו נישט, איז אבער א פאקט אז דער מענטאלעטי און מיטוס איז מכלה ווי א ספחת נוראה שטיקער פונעם חרדישן פאפיולעישן, אין פיזישן און אין גייסטיגן שטאנדפונקט.
אויב זענען די פאליטישע קנאות גרופעס נאר שעדליך אינעם גרויסן פאליטישן פעלד וואס אויף דעם זענען כאטש פארהאן ארגאניזירטע דיפענדינגס גרופעס, איז אבער דער אלגעמיינער קנאות גייסט בעניני פרומקייט א כח וואס עס איז קיינער נישט פוצה פה ומצפצף, מיט דעם עשו'דיגן קנאות טרייב קראפט, און מיטן מיטוס פון קנאים פוגעים בו קען מען צוזעצן און צוקנאקן הונדעטער און טויזנטער איינשטענדיגע מענטשן וואס ווילן גארנישט אויסער דו זאלסט אים לאזן אטעמען.
מעשיות פון פרומקייט קרבנות זענען דא איבערן קאפ. עס מאכט זיך זאגאר אז איידעלע אידן פון שול, ארענטליכע בעלי בתים, ווען עס קומט צום ענין פון פרומקייט קנאות ווערן זיי איבערגעדרייט צו חיות טורפות ממש. עס איז קיין ספק נישט אז עס איז נישט לפי רוח התורה.
אשר על כן, עליכם אישים אקרא, קלער איך אז אפשר איז שוין צייט געקומען פשוט צו ארגאניזירן א ועד להגנה מפני אלימות קנאות., וואו יעדער קרבן פון א פרומקייט קנאי זאל זיך קענען ווענדן, און איינמאל עס ווערט פעסטגעשטעלט דורך א סטעף פון ערנסטע און געלערנטע מענטשן אז דא רעדט זיך פון א ארנטליכער מענטש וואס איז געפאלן א פרומקייט קנאות קרבן, זאל מען דעם איד העלפן מיט פראפעסיאנאלע מיטלען, און טאמער פעלט אויס א שטייפער האנט זאל דאס אויך זיין צום האבן.
ובשם השם נעשה ונצליח