בלאט 1 פון 4

טרעוועל און דעסטענאציע אשכול

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 10:17 am
דורך רויטע וואנצעס
איינע פון די באליבסטע זאכן פון די מענטשהייט, עכ"פ רוב מענטשען, איז טרעוולען. אמאל איז עס ביזנעס, אמאל וואקאציע און אמאל סתם זעהן די גרויסע וועלט און מאכן א חיים טובים. פראבלעם איז אז ווען דער מענטש פארט אדער באזוכט א פלאץ ווי ער איז נישט אין דערהיים, איז ער צומישט און פארלוירן.

ס'דא טאקע אשכולות איבער וואקאציע מיט די ווייב און הערליכע ארץ ישראל באריכטן וכדומה. די אשכול איז אבער פאר יעדע סארט שאלה ותשובה, בעיקר טעקניקל, צו יעדע סארט טרעוועל און דעסטענאציע אין די וועלט.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 10:20 am
דורך רויטע וואנצעס
ווען מ'קומט אראפ פון פליגער אין לוד עירעפארט, ווערט מען אסאך מאל באשווינדעלט. וועלכע טעקסי איז פארלעסליך און ווי אין לופטפעלד ווארטן זיי.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 11:12 am
דורך געוואלדיג
ביים ארויס גיין איז דא א לאנגע שורה מיט אפיציעלע טעקסיס וואס האבן אויף זיך די אויפשריפט מונית, אבער פאר דו נעמסט איינעם זעה אין די זייט די מאשין וואס קען דיר געבן א פרייז, לייג ארין דיין דעסטינאציע, וויפיל מענטשן, וויפיל רענצלעך, און עס וועט דיר ארויס פרינטן א פרייז, מיט די צעטיל גיי צו א טעקסי און פרעג איהם א פרייז, זאג איהם גלייך אלעס וואס דו האסט כדי ער זאל נישט קענען שפעטער זאגן כאנישגעוויסט, און אויב איז עס מער ווי עס שטייט אין צעטיל ווייז איהם די צעטיל, ער מעג נישט בעהטן מער.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 11:29 am
דורך נתן מנחם
די ביליגסטע וועג ארויס פון לוד עירפארט איז מיט די נשר ווען פירמע זיי האבען א סעט פרייז פאר יעדן צו יעדע דעסטינאציע. זיי זענען אבער גאר אויפגערעגטע (רוסיש געשטימטע) חברה און שעלטען יעד רויט לייט אויפן וועג. אבער בענין פרייזען, זענען זיי די ביליגסטער און מערסטע פארלעסליך.

אגב גיבט אכטונג ווער עס פארט מיט אין די טנדר (ווען) און טאמער איינער גייט ארויס פאר דיר, מאך זיכער ער נעמט נישט דיינע פעקלעך (באונס או ברצון).

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 11:43 am
דורך שמעון וואלף
רוסיש געשטימט? הייסט "איזראעלי געשטימט" זענען רואיג און געלאסן

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
״הילף ביים פארן צו מקומות הקדושים״ אשכול, וואס איך האב געעפענט א שטיק צייט צוריק.
viewtopic.php?f=25&t=8994

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 2:23 am
דורך זעמיל מילכיגער
די וויכטיגסטע ארטיקל וואס מען דארף נזהר זיין מיטצונעמען קיין א"י איז אשר יצר פאפיר......
פאר קיין געלט און די וועלט וועסטו נישט טרעפן קיין פעקל טישו אין טוילעט.... יעדע אינדעפרי קומען אן די טעגליכע הכנות זיצערס, און וואקן אהיים מיטן פעקל מחייה צו זיין די בני בית.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 8:07 am
דורך [NAMELESS]
זעמיל מילכיגער האט געשריבן:די וויכטיגסטע ארטיקל וואס מען דארף נזהר זיין מיטצונעמען קיין א"י איז אשר יצר פאפיר......
פאר קיין געלט און די וועלט וועסטו נישט טרעפן קיין פעקל טישו אין טוילעט.... יעדע אינדעפרי קומען אן די טעגליכע הכנות זיצערס, און וואקן אהיים מיטן פעקל מחייה צו זיין די בני בית.

אויך אין אוקריינע דארף מען מיטנעמען טישו׳ס.... נאר דארט דארף מען אויך געדענקען מיטצונעמען א בית כסא זיץ אויך ווייל ביי גאר אסאך געז סטעישאנס איז פשוט נישטא אזאנס... מער פון דעם קען איך נישט מרחיב בדיבור זיין.... ווער עס פארשטייט פארשטייט....

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:20 pm
דורך [NAMELESS]
ווי קען מען טרעפן די ביליגסטע טיקעטס קיין ארץ ישראל?
(גאגל פלייטס, אנליין וועבסייטס, טרעוול אגענט?)

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
גוגל פלייטס איז געווענדליך טייערער ווי אנדערע אנליין סייטס. רוב סייטס האבן כמעט די זעלבע פרייז. בנוגע טרעוועל אפיסעס ווייס איך נאר פון doall travel. די טיקעטס איך האב לעצטענס דארט געקויפט איז געווען פונקט ווי אנליין.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:32 pm
דורך געוואלדיג
אויב פארסטו אליין און עס זעהט נישט אויס אז דו וועסט דארפן טוישן טיקעטס, דאן קענסטו אליין זוכן אן ליין ביי http://www.kayak.com/ אבער אויב פארסטו מיט משפחה וכדו' איז בעסער מיט א טרעוול אגענט ווייל דורך דעם איז גרינגער צו טוישן טיקעטס וכדו'

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינער ווייסט צו מ'קען באזוכן די פיראמידס? איז די טורעזים אין עגפטין צוריק און שוואונג? אויך, איז א סכנה צו גיין אפענערהייט אלטס א איד? איז איינער דארט אמאל געווען, מה המצב?

[tag]ונבנתה העיר[/tag]

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:50 pm
דורך ונבנתה העיר
כאפ א שמועס מיט [tag]חקרן[/tag].

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:56 pm
דורך petergrifin
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איינער ווייסט צו מ'קען באזוכן די פיראמידס? איז די טורעזים אין עגפטין צוריק און שוואונג? אויך, איז א סכנה צו גיין אפענערהייט אלטס א איד? איז איינער דארט אמאל געווען, מה המצב?

[tag]ונבנתה העיר[/tag]


איך קען מיט קומען? פליז?

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
באמת, איך פייגער צו גיין. אויב דארף איך וועל איך מיך פארשטעלן ווי א סאעדי פרינץ.

Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:01 pm
דורך petergrifin
.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:ווי קען מען טרעפן די ביליגסטע טיקעטס קיין ארץ ישראל?
(גאגל פלייטס, אנליין וועבסייטס, טרעוול אגענט?)

א דאנק פאר די וואס האבן געענטפערט, האט נאך איינער עני עקספיריענס?
ווי אויך, האט איינער געדאנקן, טיפס, עצות, עקספיריענס, וכדומה בכלליות איבער פארן קיין ארץ ישראל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:00 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
דארפסט זיין אנגעהוקט מיט dans desls

Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:16 pm
דורך chaims
Sky scanner is pretty good it gives you a wide range of flights
ita matrix could be helpfull
in general from my experience it's good to check on a few sites because sometimes there is certain deals just on certain sites
there is a site booking buddy that's popps up a couple of windows to other sites and that should cover it pretty much

I can't believe I just said that...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:05 pm
דורך מאנסי חסיד
איך פלאניר זיך אריבערצוכאפן אויף סאוט קאראליינע myrtle beach פאר אפאר טאג
איינער קען מיר עפעס רעקאמענדירן אויף דעים פלאץ?

Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:38 pm
דורך chaims
Was there once off season in my opinion there is nothing major there just a nice beach

I can't believe I just said that...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:34 am
דורך שמעקעדיג
What's the difference between just a nice beach and not just a nice one?

I can't believe I just asked that...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:14 am
דורך [NAMELESS]
די לייק איז מער פאר די צווייטע האלב :D