בלאט 1 פון 1
תג מחיר
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:16 pm
דורך גר ותושב
עס איז שוין א לאנגע תקופה וואס עס זענען דא יודען וואס זענען ליידער מקיים די ועל חרבך תחיה היינט איז געוועין א פרומע יוד אקעגן פרייע און אזוי אויך אקעיגען אראבער וואס כפי הנראה האט עס געקאסט א נפש דארט איך עפן די אשכול צו באהאנדלען די נושא פון תג מחיר אוודאי זענען דא וואס טענהן עס איז התגרות באומות אבער עס זענען דא וואס טענהן מיט יעדען דארף מען רעדן זיין שפראך מיט אן אראבער דארף מען רעדן אראביש דאס מיינט בקיצור געזאגט רציחה.
Re: תג מחיר
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:17 pm
דורך גר ותושב
@IsraelHatzolah: BREAKING PHOTOS: Palestinian baby dies, 4 others wounded in suspected arson attack by Jewish extremists in West Bank.
http://t.co/CnXcrTl2te/s/twCgSent from my XT1056 using Tapatalk
Re: תג מחיר
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:35 pm
דורך גר ותושב

- uploadfromtaptalk1438313692629.jpg (53.71 KiB) געזען געווארן 2044 מאל

- uploadfromtaptalk1438313687112.jpg (54.29 KiB) געזען געווארן 2044 מאל

- uploadfromtaptalk1438313677695.jpg (20.17 KiB) געזען געווארן 2044 מאל
Re: תג מחיר
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 4:33 pm
דורך גר ותושב
הותר לפרסום: נעצרו חשודים ברצח משפחת דוואבשה בדומא
לכל הפרטים >>
https://t.co/L1GmPMoipf
https://t.co/2As9clOa3l
Re: תג מחיר
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 4:35 pm
דורך גר ותושב
RELEASED FOR PUBLIC: ISA and police have arrested a number of Israelis in relation to the arson attack in Palestinian village last summer.
Re: תג מחיר
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:54 pm
דורך גר ותושב
דער ארץ ישראלדיגע נייעס איז אויף מיט נייעס אז ביי א מזרחיסטישע חתונה נעכטן נאכט זענען די מתנחלים ארויס און א נקמה טאנץ מיט געווער און זינגעריי און בילדער פון די געהארגעטע קינד.
https://twitter.com/Channel2News/status ... 7630461952
Re: תג מחיר
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:45 pm
דורך mevakesh
לדעתי אין נאך אפאר הונדערט יאר האבן מיר אידישע אייסיס
ווען מען מישט רעלגיע מיט נאציאנאליזם איז עס א רעצעפט פאר שודערליכע בארבאריזם
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:25 am
דורך נורמאלי
עס גייט ארויף די בלוט אין קאפ נאכן זעהן דעם ווידיאו, לאן הגענו? איז דאס וואס אידישקייט וועט אויסזעהן אינעם נאנטן צוקונפט? מד"י שטיצער, וואו זענט איר פארוואס זענט עטס שטיל ווען אין ענקער נאמען וואקסט אויס א אידישע אייסעס?!
מיט וואס זענט איר - רעכטע נאציאנאליסטן - אנדערש ווי חאמאס? הללו והללו, איי וועט איר זיך פאטשן די בייכל און זיך בארוהיגן אז אייערע טעראריסטן זענען איינס אקעגן הונדרעט פאלעסטינע טעראר, דאס איז נישט קיין תירוץ, למעשה זענט איר תוך תוכיות צופרידן מיט זייערע אקטן, ועל כולם אינדערצייט וואס איר האט מיליטער קומט נישט אויס איר זאלט דארפן נוצן טעראר מיטלן, די מיליטער טוט שוין די ארבעט פאר אייך, טראץ דעם וואקסט אויף אזוינע פראים בתוכם וואס זענען נישט צופרידן און פארלאנגן נאך בלוט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:31 am
דורך קפה נמס
נורמאלי האט געשריבן:עס גייט ארויף די בלוט אין קאפ נאכן זעהן דעם ווידיאו, לאן הגענו? איז דאס וואס אידישקייט וועט אויסזעהן אינעם נאנטן צוקונפט? מד"י שטיצער, וואו זענט איר פארוואס זענט עטס שטיל ווען אין ענקער נאמען וואקסט אויס א אידישע אייסעס?!
מיט וואס זענט איר - רעכטע נאציאנאליסטן - אנדערש ווי חאמאס? הללו והללו, איי וועט איר זיך פאטשן די בייכל און זיך בארוהיגן אז אייערע טעראריסטן זענען איינס אקעגן הונדרעט פאלעסטינע טעראר, דאס איז נישט קיין תירוץ, למעשה זענט איר תוך תוכיות צופרידן מיט זייערע אקטן, ועל כולם אינדערצייט וואס איר האט מיליטער קומט נישט אויס איר זאלט דארפן נוצן טעראר מיטלן, די מיליטער טוט שוין די ארבעט פאר אייך, טראץ דעם וואקסט אויף אזוינע פראים בתוכם וואס זענען נישט צופרידן און פארלאנגן נאך בלוט.
מיט וואס זענט איר אנדערש ווי כאמאס ? ? ?
בעת כאמאס אפלאדירט און ארגעניזירט דאס מארדן ציווילע בירגער, האט יעדע רעכט-דענקענדע מד"י דיפלאמאט פארדאמט די אטאקע און די ווידיאו. %99 פראצענט פון מד"י בירגער ווערן אויפגעשוידערט צו זען אזא ווידיאו.
הא למה הדבר דומה, צו די וואס באשולדיגן סאטמאר אין די מעשים תעתועים וואס א קליינע קומץ פון נטורי קרתא מאכן אן. דומה? נישט ממש. בעת נטו"ק נעמט די זעלבע אידעאלאגיע פון סאטמאר צו א העכערע שטאפל (מודיע זיין פאר די אוה"ע די נ"מ פון זייאניזם און דזשודיאיזם, אראפנעמען חרון אף...) טוען די עקסטרעמיסטן פון די ווידעא נישט פארטרעטן קיין שום אידעאלאגיע און קיינער איז נישט מסכים מיט זיי.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:52 am
דורך שלמה המלך
וואס פארשטייסטו נישט? נקמה איז א געפיל! און דער מענטשליכע געפיל וויל נקמה! "רעווענדש" האסט פארגאסען מיין בליט די וועסט באצאלען מיט בליט!
מיר זענען אבער אנגעזאגט געווארען פון השם דורך די געבאטען פון זיין תורה "לא תקם" די טארסט דאס נישט טוהן און טארסט נישט דיך נישט רעזערווירען אזא אינערליכען פרייד! אבער צי דעם דארף מען זיין אויס'גע'ארבעט און זיי זענען נישט!
אבער וואס איז שווער פאר דעם מענטש צי פארשטיין זייער געפיל פון פרייד?!
היצטערט אויב דאס איז לאגיש אויסגעהאלטען? אוודאי נישט, א קליין יונגל פון חדר פארשטייט אז דאס ברענגט נישט קיין גיטס, אבער צי דעם דארף מען שוין ווייטער שליט זיין מח על הלב! אבער זיי האלטען נישט דערביי....
נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:35 am
דורך באשטעטיגט
די ניגון וואס מהאט דארט געשפילט איז אייזן-- משפילט דאס יעדע מזרחיסטישע חתונה
זָכְרֵנִי נָא וְחַזְּקֵנִי נָא
אַךְ הַפַּעַם הַזֶּה הָאֱלֹהִים
וְאִנָּקְמָה נְקַם אַחַת
מִשְּׁתֵי עֵינַי מִפְּלִשְׁתִּים."
ספר שופטים פרק ט''ז פסוק כ''ח
https://www.youtube.com/watch?v=yFVM_jpHfBw