טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 3:48 pm
אמאל, מיט אינגאנצן א קארגע עטליכע צענדליג יאר צוריק, זענען געווען אידן וואס האבן פונקט ווי היינט געארבעט אין מוסדות חינוך. זייער אויפגאבע איז געווען זיכער צו מאכן אז אלעס אין מוסד קלאפט אויפן בעסטן אופן וואס נאר מעגליך.
יענע אידן האבן געהאט דאגות. זיי האבן זיך געזארגט אז אידישע קינדער זאלן באקומען א אידישן חינוך. זיי האבן געזארגט דערפאר און זיי האבן א סך קאפ און צייט געווידמעט פאר דעם צוועק פון זען, אז וואס מער אידישע קינדער זאלן אנקומען אין חדר און מיידל שולע. פובליק סקול איז דעמאלט געווען א גאנגבארע ברירה, און פאר א סך איז עס געווען די ערשטע ברירה. אין חדר האבן געשיקט נאר די וואס זענען געווען גענוג שטארק אין זייערע איבערצייגונגען, געווען גענוג שטארק אויפגעבויט, און האבן געוואוסט גענוג קלאר וואס זיי ווילן צו טראכטן זעלבסשטענדיג און מאכן א החלטה אז זייערע קינדער זאלן אויפגעצויגן ווערן אין א פרומען בית חינוך. גאר א סך האבן אויסגעקליבן צו שיקן אין פובליק סקול, און אויב האט דת און מסורה געטראגן עפעס חשיבות, האבן די עלטערן אליין, אדער געזען אז א צווייטער זאל צולערנען מיט די קינדער וואס זיי דארפן וויסן אלס אידן.
די אנגעשטעלטע פון די פרומע בתי חינוך איז געגאנגען אין לעבן אז וואס מער אידן זאלן נעמען דעם דרייסטן באשלוס און יא שיקן די קינדער אין חדר אנשטאט אין א גוי'אישער שולע. יעדעס קינד איז געזען געווארן ווי אן אוצר, און יעדער פאל פון א טאטן וועמען ס'איז געלונגען איבערצוצייגן ער זאל שיקן דאס קינד זיינס אין חדר איז געווען א געווינס. פון אזעלכע עלטערן האבן די מוסדות גארנישט פארלאנגט; אפילו אויפן שכר לימוד האט מען אוועקגעקוקט, אויב נויטיג. א פשיטא שוין אז די עלטערן זעלבסט האט קיינער זיכער גארנישט געזאגט. קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו דיקטירן יענע אידן וויאזוי זיך אויפצופירן אין לעבן – אפילו ווען ס'איז געווען נוגע צו די קינדער. מ'האט גענומען די קינדער מיט ביידע הענט און פרובירט אין זיי אריינלייגן דאס מערסטע וואס שייך געווען, און פון דארט און ווייטער האט מען געהאפט אויפן בעסטן.
דער טאטע פון אזא קינד האט געקענט טענה'ן צו די מוסד-אנגעשטעלטע אז ער פילט נישט באקוועם אז זיין יונגל זאל לערנען אין א פרומען חדר, אין דער צייט וואס ער פירט א לעבן אויף אן אופן וואס שטייט אין סתירה מיט וואס ער וועט לערנען און הערן אין מוסד. "כ'טראג נישט קיין בארד," קען מען זען אזא טאטן טענה'ן. "דער שטאפל פון כשרות אין שטוב טראגט יענעם פנים. איך אליין בין א שוואכער איד, און קוים וואס איך זאג אמאל א אידיש ווארט."
די מנהלים האבן יענעם בארואיגט און פארזיכערט אז ס'פעלט נישט אויס צו זארגן. אויב וויל ער אז דאס קינד זאל אויפוואקסן א איד, בעסער ווי אים, דעם טאטן, איז דאס, שיקן אין חדר, דער בעסטער וועג. זאלן זיי, די עלטערן, זיין גוים. דער עיקר אז די קינדער זאלן ווערן אידן. אזוי, אויף דעם שניט, האבן יענע אידן פון די מוסדות דעמאלט געטראכט.
דער טאטע האט פארשטאנען און אזוי געטאן. אין גענוג פעלער האט ער זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן צושטעלן צו דער דרגה אידישקייט וואס זיין זון האט באקומען אין מוסד. ער האט עס אין יעדן פאל רעספעקטירט, און אין גענוג פעלער אליין אנגעהויבן אדאפטירן, אויף וויפיל ער האט געקענט אדער געוואלט.
אזוי איז געווען דעמאלט. אלע זענען געווען צופרידן און יעדער איז ארויס מיט ריווח.
יענער סיסטעם האט מצליח געווען. אויף דעם זענען עדות די צענדליגער טויזנטער פרומע משפחות וואס זענען זינט דעמאלט אויפגעקומען אויפן שויס פון די מוסדות. דער מהלך איז געווען אפעקטיוו און דער חינוך וואס יענע מוסדות האבן געגעבן האט פראדוצירט א נייעם דור פון טויזנטער און טויזנטער חרדישע און חסידישע אידן.
די אויפגעקומענע פרומע אידן, די רעזולטאטן פון יענעם מהלך, נעמען אן דאס געבן זייערע קינדער א חרדישן חינוך ווי א דבר פשוט. אויב זענען אמאל געווען פרומע אידן וואס האבן געשיקט אין פובליק סקול, וועט היינט דער שוואכסטער איד וואס איז ערצויגן געווארן אין חרדישן לאגער זוכן מיט אלע כוחות צו שיקן די קינדער אין א חרדישן חדר.
אבער היינט איז אנדערש. היינט דארפן די עלטערן זיך צושטעלן צו א סטאנדארט וואס איז העכער ווי דער מדריגה אויף וועלכער דער חינוך פון די קינדער איז דעמאלט געשטאנען. דעמאלט האט יעדער אראפגעשלינגען דעם טאטנס גויאישקייט, אבי די קינדער זאלן זיין אידן. היינט זענען אויפגעקומען אנדערע מענטשן, וואס זענען גרייט אראפצושלינגען די קינדער'ס פאר'גוי'אישט ווערן, אבי דער טאטע זאל זיין – נישט קיין איד, נאר א קאנפארמיסט, עמיצער וואס שטעלט זיך לפנים צו אלעם וואס מען פארלאנגט.
ס'איז א טרויעריגער מצב און ס'איז באמת נישטא וועמען צו באשולדיגן, ווייל קיינער איז באמת נישט שולדיג. דער רוח הזמן איז יעצט אזוי און אלע מוסדות טאנצן נאך דעם מהלך בלינדערהייט. נישט נאר די מוסדות, נאר – און לאמיר זיך נישט נארן – אויך די עלטערן. כמעט יעדע טאטע-מאמע וויל אז זייער קינד זאל לערנען אין א מוסד וואס נעמט נישט אן יעדן און וואס שטעלט איין תקנות ענליך צו "יענעם, אנדערן" מוסד, וואס טוט דאך בעצם די זעלבע זאך נאר וועגן "יענער, אנדערער" מוסד טוט עס.
ס'איז טרויעריג און חוזק. יעדער ווייסט אז די גאנצע זאך איז א שפיל. די אנגעשטעלטע פון די מוסדות ווייסן אז אין פריוואטן לעבן טוט יעדער ווייטער וואס ער וויל, און די תקנות ווערן שיין אויסגעשפילט דורך יעדן וואס וויל נאר. דער וואס איז גענוג איד און בעל אחריות, וועט זיך אליין ארויפשטעלן א פילטער אויפן קאמפיוטער; דער וואס האלט נישט דערביי, וועט ווייטער האבן צוטריט צו וואס ער זוכט נאר אויפן אינטערנעט. יעדער טוט וואס ער וויל און יעדער גיט זיך אן עצה.
און די מוסדות ווייסן דאס גוט. אלא מאי? ס'איז א שפיל אין וועלכער יעדער האט זיך זיין ראלע. קיינער קאנטראלירט נישט וויאזוי די שפיל שפילט זיך אויס, ווייל בסופו של דבר אינטערעסירט עס קיינעם נישט. דער עיקר איז אז די שפיל שפילט זיך און אז די שפילערס שפילן זיך גוט אויס איינער דעם אנדערן.
ס'איז נישטא קיין סיבה צו זיין ברוגז. דאס לעבן גייט ווייטער אן ווי פריער, און גאר ווייניג טוישט זיך. מען דארף נאר געדענקען אז זיי, די וואס מאכן און אינפארסירן די תקנות, זענען נישט מער ווי שפילערס, גלייך מיט אונז אלע, נאר שפילן אן אנדערע ראלע אין דעם זעלבן גרויסן געים.