קאנאדא פעדעראלע עלעקשאן, אקטאובער 19, 2015

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

קאנאדא פעדעראלע עלעקשאן, אקטאובער 19, 2015

שליחה דורך שושן פורים »

היינט צופרי האט דער קאנאדישער פריים מיניסטער און פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי "סטיווען הארפער" אויפגעלעזט דעם פארלאמענט אריינפירנדיג קאנאדע אין די לענגסטע עלעקשאן קאמפיין אין היסטאריע פון.... דריי חדשים.

די וואלן סיסטעם אין קאנאדע, אזויווי אין אסאך לענדער גייט לויטן פארטיי, סטייטש דער פירער פון די פארטיי וואס געווינט דאס מערהייט פון די 308 פארלאמענט זיצן ווערט דער פירער פון לאנד, אבער אנדערש פון מדינת ישראל ווי מען שטימט בלויז פאר די פארטיי איז אין קאנאדע יא דא עקסטער וואלן אין יעדע ריידינג.

עס זענען פארהאן 18 רעגיסטרירטע פארטייען אין קאנאדע די דריי מערסטע פאפולער זענען

1. קאנסערוואטיווע פארטי אף קאנאדע, אין קורצן CPC, אונטערן פירערשאפט פון "סטיוון הארפער" , דער אמטירנדער פריים מיניסטער זינט 2006, באקאנט אלץ אויסגעשפראכענער רעכטער קאנסערוואטיוו, ווי אויך אלץ די גרעסטע שטיצער פון מדינת ישראל, זיין אפיציעלע ריידינג איז אין סאוטוועסט קאלגערי, אין די פראווינץ פון אלבערטא.

2. ניו דעמאקרעטיק פארטי, אין קורצן NDP, אינטער די פירערשאפט פון "טאמעס מולקעיר ", באקאנט אלץ שטארק לינקער ליבעראל, א שטייגער ווי אבאמא זיכט צו העכערן טעקסעס און האט מורא צו אנערקענען דזשיהאדיסטישע אטאקעס אלץ טעראר, וכדומה, זיין אפיציעלע ריידינג איז אין אוטרעמאנט מאנטריאל אין די פראווינץ פון קוויבעק.

3. ליבעראלע פארטי אף קאנאדע אין קורצן LPC, אונטער די פירערשאפט פון "דזשאסטין טרודאו" א יונגער פאליטיקאנט, זון פונעם געוועזענעם פריים מיניסטער "פיער עליאט טרודאו" (די אינטערנאציאנאלע עירפארט אין מאנטריאל הייסט נאך איהם) טרודאו איז אביסל צומישט מיט זיינע פאליסיס, ער וועט אייביג פרובירן צו זאגן וואס די וויילער ווילן הערן אפגעזעהן צו ער האט אפאר מינוט פריער געזאגט פארקערט, ווי למשל ער קען זאגן פאר אידישע שטיצער אז ער וועט שטיצן מדינת ישראל אין אלע אומשטענדן ווען אפאר טעג פריער האט ער באשגצט הארפער פאר זיין בלינדע שטיצע פאר ישראל, טרודאוס אפיציעלע ריידינג איז אין פאפינאו מאנטריאל אין די פראווינץ פון קוויבעק.

סטיווען הארפער'ס ערשטע קאמפיין ראלי איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג אין די "בען ווידער אידישע צענטער " אין מאנטריאל, ביי זיין רעדע פארנט פון הונדערטע שטיצער האט ער באטאנט ווי שטארק די קאנאדישע עקאנאמיע האט זיך געהאלטן אונטער זיין רעגירונג, זיין שטארקע זיכערהייט פאליסי קעגן דזשיהאד אטאקעס אינדערהיים און ארום די וועלט, זיין שטארקע מדינת ישראל שטיצע, ווי אויך האט ער אוועקגעמאכט דעם ליבעראלן דזשאסטין טרודאו אלץ יונג און אומערפארן, און מאלקעיר פון NDP אלץ איינער וואס לעבט אין א דמיון א שטייגער ווי ער וויל העכערן טעקסעס אבער ווען ער ווערט געפרעגט וויפיל א קאנאדישע פאמיליע צאלט אין אינקאם טעקסעס ווייסט ער נישט, און נאך.

א היינטיגע פאול האט געגעבן פאר די קאנסערוועטיווס 32%, די NDP 30%, און די ליבעראלס 29%, וואס ווייזט אויף א גאר אנגעצויגענע פארמעסט וואס וועט זיך אויסקאכן אין די קומענדיגע 11 וואכן.

איטרעסאנט אנצומערקן איז אז צוויי פון די שטארק פאפולערע פארטייען פירער, טרודאו און מולקעיר קומען פון מאנטריאל קוויבעק, א פראווינץ וואס שלאגט זיך שוין יארן אפצוטיילן פון קאנאדע .
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א פרייליכן שושן פורים: א גרויסן יישר כח פאר געבן אונז א קורצע אבער דורכדרינגליכע לעקציע אין די קאנאדישע פעדעראלע עלעקשן פאליטישע סיסטעם. אלס א געוועזענער איינוואוינער פון די היימישע חסידישע געגנט אין מאנטריאל נעם איך א ספעציעל שטארקע אינטערעס אין אלץ און ארום די פאליטיק פון קאנאדא און וויאזוי דאס טוט אפעקטן דאס אידישע לעבן אין גאנצן לאנד און סעפציעל אין מאנטריאל.
ווען דו האסט א טשענס ביטע זיי מוחל און ברענג אונז אן אפדעיט איבער די לאקאלע פאליטיק אין שטאט. וויאזוי האט זיך אויסגע'ארבעט די קאונסיל זיץ פון די מרס. פאלאק....? אויך. צו די שונאי ישראל זיצן א ביסל איינגעלייגט. ..? ווי די מרשעת...סעילינ פארזשעי, ימ"ש. און דער אנדערער שונא ישראל...(וועלכער האט שטילערהייט די שטיצע פון די גלחים...) פיעררר...? ימ"ש וזכרם...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

דעי 1.

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ניי דעמאקראטישע פארטיי פאראויס פון די קאנסערוואטיוון און ליבעראלן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אויף די טשארט זעה איך אז די קאסערוועטיו איז פאראויס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

געוואלדיג האט געשריבן:אויף די טשארט זעה איך אז די קאסערוועטיו איז פאראויס.

קוק נאכאמאל, 28% NDP 39% Conservatives .

לאמיר האפן אז עס וועט זיך טוישן גאר בקרוב
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבער דער אידישער עולם האט אייביג געוואוט' מיט די ליבעראלע פארטיי. ווייל אין ביידע, סיי די נ.ד.פ. און קאנסערוואטיווע פארטיי זענען געווען א סאך אנטיסעמיטן. דער איצטיגער פריים מיניסטער סטיוו הארפער, וועלכער קומט פון די קאנסערוואטיווע פארטיי איז טאקע אן אויסנאם מיט זיין אהבת ישראל און פיינקייט צו אלע אידן.
דער פארשטארבענער פיערר טרודאו, וועלכער איז געווען פון די ליבעראלן איז אבער געווען א שטיקל אנטיסעמיט. עכ"פ ר'האט ארויסגעוויזן שטארק סימפאטיע צו די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער.
אינטרעסאנט. איך קען דאהי (אין ק"ש) אויך אזא איד אדער אידענע וועלכע/ר האט שטארק מיטגעפיהל צו די נעבעכדיגע, פיינע, וואוילע און אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג וועלכע ווערט נעבעך שטארק אונטערדריקט דורך די העסליכע איזראעליס...!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

ערעב בערל, מיט די אנטיסעמיטישע היסטאריע פון די קאנסערוואטיווע פארטיי בין איך נישט אזוי ווייט באקאנט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז די אידישע עולם האט אייביג געוואוט ליבעראל מיין איך אז דו ביסט זיך טועה מיט די פראווינציאלע קוויבעק עלעקשאנס ווי די קוויבעק ליבעראלס (קיין שום שייכות מיט די פעדעראלע ליבעראלס ) וואס זיי פארמעסטן זיך מיט די פארטי קוויבעקווא (PQ) הנודע לשמצה וואס שלאגן זיך פאר קוויבעקס זעלבסטשטענדיגקייט, ווי אויך פרובירן זיי אונטער צוברענגען א יעדע רעליגיע אין זייער אזוי גערופענע טשארטער אף וועליוס, אדער יעדע נישט פראנצויזישע ביזנעס, אנשטאלט, וכדומה
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים האט געשריבן:ערעב בערל, מיט די אנטיסעמיטישע היסטאריע פון די קאנסערוואטיווע פארטיי בין איך נישט אזוי ווייט באקאנט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז די אידישע עולם האט אייביג געוואוט ליבעראל מיין איך אז דו ביסט זיך טועה מיט די פראווינציאלע קוויבעק עלעקשאנס ווי די קוויבעק ליבעראלס (קיין שום שייכות מיט די פעדעראלע ליבעראלס ) וואס זיי פארמעסטן זיך מיט די פארטי קוויבעקווא (PQ) הנודע לשמצה וואס שלאגן זיך פאר קוויבעקס זעלבסטשטענדיגקייט, ווי אויך פרובירן זיי אונטער צוברענגען א יעדע רעליגיע אין זייער אזוי גערופענע טשארטער אף וועליוס, אדער יעדע נישט פראנצויזישע ביזנעס, אנשטאלט, וכדומה

ר' שושן פורים: דאס אז אין די פראוינציאלע וואלן וואוטן די אידן אייביג פאר די ליבעראלן איז א פשיטא. אויך האב איך געדענקט אז אין מיינע צייטן איז געווען א אידישער מעמבער אוו פארלאמענט מיט'ן נאמען הערי בלענק. פון די פעדעראל ליבעראלע פארטיי...!
איך מיין אז דער געוועזענער מעיאר דראפאו איז אויכעט געוון פון די ליבעראלס אין קוויבעק. אויך הענרי בוראססא, דער פארשטארבענער פרעמיער פון קוויבעק...! איך בין אוועקגעפארן פון מאנטריאל אין שנת תשל"ב. יארע 1972 למספרם...! כ'האב געוואוינט אויף דוראשער. אויפ'ן זעלבן בלאק מיט הרה"ג ר' שמעיה (שיימע) שווארץ ע"ה...!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

ערשטע דעבאטע אפגעהאלטן היינט ביינאכט דורך די מאקליענס מאגאזין אין טאראנטא
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

קאנאדע איז אין א רעסעסיע?
פארשפארט