בלאט 1 פון 1

הערות על הבעיה שהאשכול הלכה למעשה בא לפתור אותן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:27 pm
דורך ירא שמים
היות די למעשה אשכולות זענען נישט געאייניגט אויף דיסקוסירן די עצם פראבלעם וואס דער שרייבער קומט איר לעזן אזוי ווי אונזער חשובע גבאי [tag]גראדעמעכעלע[/tag] האט מיר אויפמערקזאם געמאכט . און האט מיר געראטן צו עפענען א אשכול אויף מיינע הערות , די תועלת פונ׳ם אשכול קען זיין צוויי פאכיג א.די נושאים וואס כדערמאן אין מיינע תגובות זענען נושאים חשובים ווערט דורכצושמועסן , ב. ווער נאך סהאט הערות אויפן פראבלעם וואס די אשכול קומט לעזן קען עס דא אהערשטעלן,
הא לכם מיינע הערות,


ירא שמים האט געשריבן:
- וואס ווייסט ער פון די תורה צו זאגן?איז אן ענין צו לערנען נועם אלימלך ביים סעודה, מאור ושמש ביי לכה דודי, ליל שישי. פון א ספר עקידה האט ער קיינמאל נישט געהערט, אריינגעקוקט דערין איז שוין אפגערעדט.

תורה מיינט עקידה און נישט מאור ושמש און נעם אלימלך?! וואס מיינסטו צוזאגן מיט דעם זאץ ?! אז מלערנט ספר עקידה ווייסט מען וואס תורה איז?!
דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט.

טאקע ?! דאס איז די איינציגע זאך וואס מלערנט אונזערע בחורים גמרא און הלכה חסידות ספרי מוסר דאס לערנט מען נישט ?! קען זיין סנישט גענוג און מדארף זיך נישט מצמצם צו דעם אליין און די עצם מאכן א וועזן פון די זאכן איז א פראבלעם אבער ...
וחוץ מזה בוסט טאקע גערעכט אז פאר פילע וואס האבן נישט קיין חיות אין גמרא פוסקים איז זיי דאס לעבן פוסט און קען זיין טאקע אז סדא א גרויסע פראצענט אזוי און ווען מגעט ווען א ברייטערן אויסוואל וואלט זיך יעדער געטראפן זיין פלאץ אין יהדות אבער סאיז אבער דא אסאך פאר וועם די פשוטע מהלך ארבעט יא , סזענען פארהאן גענוג אינגעלייט וואס שעפן זייער גאנצע חיות און געשמאק פון גמרא פוסקים און פשוט תפלה בכוונה , פונקט ווי מסתמא א גרויס חלק פון די געהויבענע אידן וואס דו האסט דערמאנט אינעם אמשינובער אשכול וואס מן הסתם קענען זיי נישט קיין דוקדוק היסטאריע חקירה און ספעלט זיי גארנישט זיי דינען דעם באשעפער גליקלעך און צופרידען ,און נאכאמאל כקום נישט אוועקנעמען פונ׳ם נחיצות פון קענען נ״ך דוקדוק וכו׳ כוויל נאר זאגן אז נישט יעדער שפירט זיך פוסט און סדא פאר וועם אזא מהלך ארבעט יא.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:52 pm
דורך ירא שמים
[tag]אדנירם[/tag]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:06 pm
דורך [NAMELESS]
זיי נישט בלינד, און לערן נישט אריין אין מיינע ווערטער וואס ס'שטייט נישט.
כ'האב נישט געשריבן אז מאור ושמש איז נישט תורה [כ'האב אויך נישט געשריבן אז יא.. עה, סתם]. כ'האב געשריבן אז מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז דא ענדיגט זיך די תורה.
חוץ מזה, מאור ושמש איז א שיין חסיד'יש ספר, אבער מיט פשט הכתוב האט עס גארנישט איינגעלייגט. און על זה יצא קצפי פאר דער וואס 'לערנט פשט' אן קיין ראב"ע, און לערנט טיפקייט אן קיין עקידה, כמובן לכל בר דעת פון מיין לשון דארט.

פון הלכה וגמרא קומט מען נישט ארויס וויסנדיג יסודות הדת. מ'קומט ארויס אן עם הארץ ביהדות אפילו נאכן דורכגיין צוואנציג מאל מסילת ישרים, און פופציג מאל שבט מוסר. און דער פראבלעם איז, אז כמעט קיינער בלייבט נישט ביים מסילת ישרים, און אויב מילא כריסו ב'יהדות' הרי טוב, און אויב נישט איז ביטער כמו גאל. און די מיעוט שאינו מצוי וואס בלייבט יא פרום און תמימות'דיג אנדעם, דער דארף טעכניש נישט צוקומען צו מיין אשכול, און וועט נישט אנקומען דערצו. אויב מאכט ער אויף 'קאווע שטיבל', איז דאס שוין פאסיג פאר אים.
חוץ מזה, קען מען נישט איינשטעלן דעם אייגענעם בחור על צד ער וועט זיין פון די מיעוט שאינו מצוי, וק"ל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:17 pm
דורך קאצקע ציקער
שש וואס איז טאקע פשט אז מען לערנט נישט ביי אונדז די אלע זאכן? לשון קודש אפגערעדט אז מען לערנט נישט ביי אונדז און ווי אויך קורת הדורות און די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס אין דיין אשכול , נך איז אויך געווען א קפידה נישט צו לערנען, למה?

Re: הערות על הבעיה שהאשכול הלכה למעשה בא לפתור אותן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:23 pm
דורך דעת תורה
מיעוט שאינו מצוי? רובא דרובא. אודאי עס איז די סדר העולם אז 50 60 פראצענט ווערן מגושמים, זיי זענען מעיקרא נישט געמאכט זיך צו פארטיפן צופיל אין די אלע אנדערע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט. און יא, די אידן אויב / ווען עס כאפט זיי אן א גוטע מינוט און זיי ווילן פילן מער תוכן אין לעבן, איז א שטיקל אור החיים הקדוש פאר זיי כמים קרים על נפש עייפה און עס מאכט זיי דעם טאג, זיי ברויכן נישט מער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:19 am
דורך [NAMELESS]
[tag]דעת תורה[/tag],
די סדר העולם איז קיינמאל נישט געווען אז 50-60% ווערן מגושמים. [אין ארץ ישראל איז נאכאלס נישט דער סדר אזוי]. ס'פאלט דיר נישט איין אז דער סיבה פארוואס היינט צוטאגס ווערן אזוי פיל מגושמים איז, וויבאלד קיין גמרא האלטן זיי נישט ביים לערנען, און מאור ושמש האלט זיי נישט אן אין ערגעץ?!!!
ועיין היטב מש"כ בתשובותי להערות אויבערלענדער חכם, אין די לעצטע הערה און אינמיטן ביים מעשה מיטן דעת סופר מפרעשבורג.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:30 am
דורך דעת תורה
ארץ ישראל היינט איז א אנדערע זאך. עס איז עפעס א דרגא פון ניתנה תורה לאוכלי המן, א דאנק די געלט וואס די טריפה'נע מדינה גיסט אריין, און וועט בדרך הטבע נישט לאנג אנהאלטן, משיח זאל אוודאי פריער קומען. איך רעד פון נארמאלערווייז ווען די וועלט פירט זיך כשיטת ר' ישמעאל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 7:14 pm
דורך אויבערלענדער חכם
אמר [tag]ירא שמים[/tag]: "היות די למעשה אשכולות זענען נישט געאייניגט אויף דיסקוסירן די עצם פראבלעם וואס דער שרייבער קומט איר לעזן אזוי ווי אונזער חשובע גבאי [tag]גראדעמעכעלע[/tag] האט מיר אויפמערקזאם געמאכט . און האט מיר געראטן צו עפענען א אשכול אויף מיינע הערות".
ואומר א"ח: איך בין נישט זיכער אויב מען דער אפטיילונג איז געווען א גוטע זאך. ווי אזוי קען מען רעדען וועגען א תיקון מיט אהן זיך באציען צו וואס פונקט איז דער פראבלעם און ווער לייד פון דער פראבלעם?!

אמר ירא שמים: די תועלת פונ׳ם אשכול קען זיין צוויי פאכיג א.די נושאים וואס כדערמאן אין מיינע תגובות זענען נושאים חשובים ווערט דורכצושמועסן , ב. ווער נאך סהאט הערות אויפן פראבלעם וואס די אשכול קומט לעזן קען עס דא אהערשטעלן,
אומר א"ח: כבר מלתי אמורה שטובים השניים כשהם אחד.

שואל ירא שמים: תורה מיינט עקידה און נישט מאור ושמש און נעם אלימלך?! וואס מיינסטו צוזאגן מיט דעם זאץ ?! אז מלערנט ספר עקידה ווייסט מען וואס תורה איז?!
עונה א"ח: דער עקידה איז נחלת הכלל, די ספר מאור ושמש איז טאקע א טיעפע ספר אבער עס איז נאר נוגע פאר דער וואס נעמט אהן איין מהלך אין חסידות וואס א חלק ארי פון כלל ישראל האט קיינמאל נישט אנגענומען. דער נועם אלימלך - ווי ווייט איך פארשטיי - איז בכלל נישט א לימוד פאר איינער וואס גלייבט נישט, עס איז נאר א מעשה מצוה בעלמא. ביטע פארבעסער מיר אויב איך בין נישט גערעכט.

אמר [tag]אדנירם[/tag]: דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט.
אמר א"ח: נישט פארגעסען אז אין ענגלאנד איז גאר אינטערסאנט וואס דער קעניגען און איר אייניקלאך טראגען און גייען. אין אמעריקע איז זייער אינטערסאנט וואס די שפירלערס טוהן, עסען, און טראגען. און אזוי אויך די actors און actresses. אין דער הינזיכט האבען חסידים געבארגט גאר א נורמאלער זאך וואס איז בטבע פון מענטשען וואס פאלגען נאך זייער heroes. ברוך ה' שאינני מהם ולא מהמונם, אבער נורמאל איז דאס, נאר פאר שוואכערע קעפ.

אמר ירא שמים: טאקע ?! דאס איז די איינציגע זאך וואס מלערנט אונזערע בחורים גמרא און הלכה חסידות ספרי מוסר דאס לערנט מען נישט ?! קען זיין סנישט גענוג און מדארף זיך נישט מצמצם צו דעם אליין און די עצם מאכן א וועזן פון די זאכן איז א פראבלעם אבער ...
אמר א"ח: ליידער ווען מענטשען פירען מוסדות נאר להרבות כבודם ועשרם, איז ביי זיי וויכטיגער מען זאל זיי idolize'ן ווי צו לערנער אמת'ע חכמות. עס איז דא א מענטש וואס וואוינט אין upstate NY (לעצטענס נישט אזוי ווייט פון די אידישע געגענטער) וואס זאגט פאר בחורים אפצולאזען ישיבה אין מיטן זמן כדי צו קענען טאנצען ביי די חתונה פון נאך אן אייניקל פונעם מאור ושמש [צ"ל מאור עיניים ושגיאות מי יבין]! ער איז נישט דער איינציגסטע וואס טוהט אזוי אבער איידי דאייתי מאור ושמש לידן... [אלקים אינה לידי, אבל מה ענין מאור ושמש למאור עינים, כמו שהאיר ר' [tag]ריכטיג[/tag]]

אמר ירא שמים: וחוץ מזה בוסט טאקע גערעכט אז פאר פילע וואס האבן נישט קיין חיות אין גמרא פוסקים איז זיי דאס לעבן פוסט.
אמר א"ח: פאר זיי האבען פריערדיגע צדיקים איינגערעדט אז חתונות און טישען און אנדערע מינע parties זענען אופנים פון קונה זיין קנינים רוחניים, אבער ליידער היינט גלייבט מען דאס מיט אן ערענסטקייט.

אמר ירא שמים: און קען זיין טאקע אז סדא א גרויסע פראצענט אזוי און ווען מגעט ווען א ברייטערן אויסוואל וואלט זיך יעדער געטראפן זיין פלאץ אין יהדות.
אמר א"ח: אולי

אמר ירא שמים: אבער סאיז אבער דא אסאך פאר וועם די פשוטע מהלך ארבעט יא , סזענען פארהאן גענוג אינגעלייט וואס שעפן זייער גאנצע חיות און געשמאק פון גמרא פוסקים און פשוט תפלה בכוונה , פונקט ווי מסתמא א גרויס חלק פון די געהויבענע אידן וואס דו האסט דערמאנט אינעם אמשינובער אשכול וואס מן הסתם קענען זיי נישט קיין דוקדוק היסטאריע חקירה און ספעלט זיי גארנישט זיי דינען דעם באשעפער גליקלעך און צופרידען.
אמר א"ח: נכון

הערות על הבעיה שהאשכול הלכה למעשה בא לפתור אותן

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 08, 2015 9:54 pm
דורך ירא שמים
א גרויסען ישר כח ר׳ א״ח כשפיר זיך אזוי וויכטיג ווי מאיז אזוי מדייק אין מיינע ווערטער ,און הלואי אלע מיינע תגובות זאלן דורכגיין דיין שבט הביקורת ,און סאיז מיר מעורר אז פון היינט אין ווייטער וועל איך אליין אויך דארפן מער מדייק זיין אין מיינע ווערטער ! ,
אויף דיינע ווערטער איז רובם ככולם נכוחים למבין , אבער כהאב געוואלט מעיר זיין וועגן וואס דו שרייבסט וואס אנבאלאנגט צום דרך החסידות , אבער כוויל נישט יעצט אריינגיין אין דעם שמועס.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 08, 2015 10:24 pm
דורך [NAMELESS]
אויבערלענדער, נתחלפה לך מאור עינים במאור ושמש ב' פעמים.