בלאט 1 פון 1
אלגעמיינע זינגערס מיט א היימישן טעם
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 3:28 pm
דורך chaims
אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסען מיט היימישע מוזיק און דאס איז וואס איך האב ליעב איז מיר שווער צו באקומען א טעם צו וועלטליכע זינגערס,
א יוצא מן הכלל איז דער לעגענדארע זינגער ליאנארד כהן וואס איך קען נישט פונקטליך מסביר זיין, אבער עפעס האט ער א היימישע טעם און איך גלייך איהם זייער.
איך בין נייגעריג צו דער עולם האט עפעס רעקאמענדאציעס אויף אלגעמיינע זינגערס וואס איהר פיהלט שטימט מיט אונזער טעם אין נגינה?
I can't believe I just said that...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 3:43 pm
דורך moshav zekeinim
ברענג א קליפ פון דעם כהן.
געווענליך האבן די אייראפעיאישע ניגונים ביז לעצטנס געהאט גאנץ א היימישער טעם. נעם א ביישפיל די דייטשע ניגונים "דזדינדזשיס חאן" (יידן פון מבד), און "ראספאטין" (כל מה דעביד פון מכאל שטרייכער).
איך קען אינדיאנער ניגונים וואס ענדלען צו ניגונים פוו יענקל תלמוד (יענקל האט אזוי ווי יוסי גרין בימינו געמאכט א געמיש פון היימישע תנועות מיט זייער פרעמדע תנועות).
איך מיין אז די היימישקייט פון די תנועות איז נישט ווייל די אידישע זינגערס האבן זיי מגייר געווען, להיפך, מען האט זיי מגייר געווען צוליב די היימישקייט. (חוץ יענקל תלמוד, און יו"ט ערליך).
אבער אין די גאנץ פריערדיגע יארן זענען די גרעניצין פון היימישע נגינה און נישט היימישע געווען גאר שמאל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 3:53 pm
דורך chaims
דאס איז זיין מערסט באקאנטע ניגון
http://youtu.be/ttEMYvpoR-kI can't believe I just said that...
Vicky Leandros
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 8:19 pm
דורך נײגעריגער
moshav zekeinim האט געשריבן:געווענליך האבן די אייראפעיאישע ניגונים ביז לעצטנס געהאט גאנץ א היימישער טעם.
יאָפּ, די דאזיגע צװיי װאַרעמע ניגונים פון די אייראָפּעאישע (געבוירן אין גריכנלאנד, װאוינט אין דייטשלאַנד), זינגערין
װיקי ליאַנדראָס האבן מיר שטאַרק באַנומען און פארמאגן לפי דעתי א היימישן געשמאק [אדער בין איך שוין אפשר צו פארגויאישט?....
]
Apres toiארגינעלע װערסיע, לייװ 1972
https://www.youtube.com/watch?v=Ka89ORFu_Tcא שפּעטערדיגע אויספירונג, (אהן די האַרמאָני), מיט די װערטער אױפן סקרין, אין ענגליש, פראַנצויזיש און ספּאַניש
https://www.youtube.com/watch?v=4vKHpl2_ktYCome What May
סטודיאָ װערסיע אין ענגליש (נישט אַן איבערזעצונג פונעם ארגינעלן, װייניגער דראמאטיש)
https://www.youtube.com/watch?v=eUeT_dzD6HkL'amour brillait dans tes yeuxhttps://www.youtube.com/watch?v=LGDR3u7lM0MIch Hab Die Liebe Gesehn
װערסיע אין דייטש
https://www.youtube.com/watch?v=wHq6ooVAPqAס'אַראַ הערליכע תנועות, באַצויברנדע הימלישע שטימע. איי די האַרמאָני... כ'פיהל אז סשניידט פון מיר שטיקער, ממש בוקע רקיעים, נעמט מיר צו א דביקות אין די עולמות עליונים.... ס'װילט זיך הערן נאכאַמאָל און נאָכאַמאָל עד אין סוף....
זי האט נאך קנאַקעדיגע, למשל: Auf dem Mond da blühen keine Rosen
https://www.youtube.com/watch?v=D_7GyykLpiQ
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 9:27 pm
דורך מונטסורי
פערזענליך קאנעקט איך אויך שטארק מיט לענארד כהן הגם איך זע נישט זיין היימישקייט און אוודאי פארשטיי איך נישט זיינע ניגונים, סאמהאו אבער רעדן זיי צו מיין נשמה
Josh Groban גייט גוט אין היימישע קרייזן און מ׳קען פילן די היימישקייט אין די פשוט׳ע געפילישע ליריקס, למשל די ניגונים you raised me up אדער you are loved