בלאט 1 פון 1

לאזט אייך הערן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 9:53 am
דורך שמעון וואלף
שטייענדיג עטליכע טעג בעפאר די יארצייט פון סאטמאר רב ז"ל גרייטן זיך טויזענטער נאכפאלגער און פארעהרער צו גיין צום ציון זיך אויסבעטן. און די זעלבע צייט זענען די אדמורי"ם זיך מכין די דרשות וואס וועלן געזאגט ווערן ביי די סעודות הילולא.

ווי די לעצטע פאר יאר ביי מסיבות כ"א כסלו און כ"ו אב קען מען ערווארטען אז אויך היי יאר וועלן געהערט ווערן זעלבסט אויסרימערייען, מחאות און פרישע אכשר דרא'דיגע גזירות. אין דעם אשכול וועט יעדער קענען ארויסשטעלן זייערע פארשלאגן איבער טאפיקס וואס וואלטן געדארפט אדרעסירט ווערן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 9:56 am
דורך שמעון וואלף
אט זענען עטליכע פארשלאגן:

א. באנדענעס פאר פרויען
ב. פילטער אויף לענדליין טעלעפאן
ג. התגרות באומות פון ביבי נתניהו און דוב הייקינד קעגן די איראן דיעל
ד. חסידישע יונגעלייט וואס האבן הינט פאר פעטס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 10:45 am
דורך יהושע חיים
אות ג' וועט מן הסתם זיין א גרויסע עינין און קרית יאול. ווארטס און זעהטס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:16 pm
דורך ירח בן יומו
יהושע חיים האט געשריבן:אות ג' וועט מן הסתם זיין א גרויסע עינין און קרית יאול. ווארטס און זעהטס

בנוגע איראן אדער אנעקסעישין?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:40 pm
דורך שמעון וואלף
ביי מר"א וועגן איראן און ביי מרז"ל וועגן אנעקסעישאן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]שמעון וואלף[/tag] האט אוועקגעשטעלט עטליכע פארשלאגן וואס די רבי'ס זאלן דרש'ענען צו זייערע חסידים:
א. באנדענעס פאר פרויען
ב. פילטער אויף לענדליין טעלעפאן
ג. התגרות באומות פון ביבי נתניהו און דוב הייקינד קעגן די איראן דיעל
ד. חסידישע יונגעלייט וואס האבן הינט פאר פעטס


על דרך זה לאמיר מאכן עטליכע ענליכע פארשלאגן וואס די חסידים זאלן דרש'ענען איבער די רבי'ס:
א. שטריימלעך א גאנצע וואך פאר די רבי'ס.
ב. פילטער אויף די רבי'ס פיסקעס.
ג. התגרות באומות צווישן די צוויי הייליגע ברודער.
ד. חסידישע יונגעלייט וואס האבן הינט פאר רבי'ס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 8:28 pm
דורך פוחת ועומד
הגר"י יוסף ז"ל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UNwKIOE3olY[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:32 pm
דורך שמעון וואלף
פון די טייטלבוים ברודער קומט א מעלדונג אז מ'האט נאכנישט פיינעלייזט וואס די טאפיק וועט זיין ביים סטעיט אוו די יוניאן דרשות היינט נאכט אצל מסיבת כ"א כסלו באולמות הגדולים.

איך שטעל ארויס די פאלגענדע פירצות וואס דארפן אדרעסירט ווערן:

1. די מחיצות ביי די ווייבער שול האבן צומאל גרויסע לעכער און טאמער איינער קוקט מיט א מיקרוסקופ פאר עטליכע מינוט איז מעגליך צו זעהן א געשטאלט וואס ריקט זיך.

2. די חרדישע צייטונגן שרייבן די נאמען פון צייטונג אין ענגליש אויף יעדע בלאט.

3. קאר טו גא - די גאר פיצעלע קארן וואס בדוחק גדול קענען צוויי מענטשן זיין דארט און צומאל זעהט מען א קאפעל - איש ואשתו זעצן זיך אריין וואס איז מנוגד צו דרכי הצניעות.

עניטינג עלס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
ברעיקינג: לעצטענס איז געווען א פריוואטע אסיפה ביים רעבין אינדערהיים מיט די ועד הצניעות. ביי די אסיפה האט מען מטכס עצה געווען איבער די פרויען און מענער זייט גאס, וואס ארבייט זיך נישט אויס. די סיבה פארוואס ס'ארבייט זיך נישט אויס האט די ועד געקלערט, איז צוליב וואס ס'דא געשעפטן אויף ביידע זייטן פון גאס, און מענער גייען אריבער צו די געשעפטן אויף די פרויען זייט און אזוי פארקערט. אשר על כן הייסט עס אז די רבי וועט פארשטעלן פאר די וועלט, וואס וועט פראמינאנט באריכטעט ווערן אין אלע ישראלישע צייטונגן, אז אויף יעדע זייט וועט זיין א באזונדערע גראסערי פאר יעדע מין. אבער פרויען שיך און קליידער געשעפטן וועלן מוזן זיין אויף די פרויען זייט, און מענער סארט געשעפטן אויף די מענער זייט. מ'בעט אלע געשעפט אייגענטומער זאלן זיך מעלדן צו די ועד הצביעות איבער די פרטים, ווי אויך ווי מ'קען שיקן לא יחרץ געלט אויב נוטיג.

Re: לאזט אייך הערן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:51 pm
דורך יעלה ויבא
#3 ashpagt"i ad meoid

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 2:34 pm
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ועד הצביעות

:like :like