בלאט 1 פון 1

in hasidic custody

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:23 pm
דורך פארוואס?
איך האב מיר אנגעשטויסן אין א דאקומענטערי איבער א תימנע'ר פאמיליע וואס מ'האט פון זיי צוגענומען זייערע קינדער.

איך האב נישט קיין צייט צו זאגן מיין בליק איבער דעם נושא, און קורצן אבער - דאס איז פשוט נאך א דוגמא פון א טיפיקל חסידישע סעלף-צענטערד וועג פון קוקן אויף די וועלט.

אהן קיין שום הערכה צו די תימנ'ער קולטור, און זיייער אייגנ-ארטיגע לעבנס שטייגער, אריינמישנדיג אייגענע אידאלאגיעס, קען ברענגען צו אזא הארץ-ברעכנדע סיטואציע.

חלק א
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPYYrg[/youtube]

חלק ב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=P5QvjIMzVIk[/youtube]

חלק ג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_D6YA-ME6kU[/youtube]

חלק ד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0rF5Kt4Zr-U[/youtube]

חלק ה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZXgtQXfDXFg[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
ארבעט שוין ב״ה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'דארף ארויסנעמען די s פון https אין יעדע לינק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 3:40 pm
דורך ראש הישיבה
איך האב דאס שוין געזעהן אכצן חדשים צוריק. עס האט מיר אויפגעשוידערט, בפרט אז איך האב מיטגעלעבט די מעשה.

איך ווייס נישט צו דער דאקיומענטערי איז ריכטיג אדער נישט. אבער ווי מען פלעגט נאכזאגן פון צדיקים אז מען דארף גלייבן אז די מעשה האט געקענט פאסירן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:49 pm
דורך [NAMELESS]
דער בליץ האט אמאל געהאט א גאנצע ארטיקל וועגן דעם. לגבי די עצם זאך איז נישט אזוי פשוט צו באשולדיגן סאטמאר, ס'האט געדויערט זייער לאנג ביז מ'האט געקענט אוועקשטעלן א נארמאלע קהילה פאר זיי, צו האבן גענוג מענטשן א פאסיגער רב וכו', איז דערווייל האט מען געטוהן די בעסטע וואס מען האט געקענט לויט די אומשטענדן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:52 pm
דורך [NAMELESS]