בלאט 1 פון 1
מאסן פארזאמלונג פארטאג׳ס וועגן גיוס בני ישיבות.
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 1:04 am
דורך [NAMELESS]
יעצט אינדירפרי אין א״י איז פארגעקומען א גרויסע עצרת פון טויזענטער מאה שעריםניקעס וועגען די געזעץ וואס די מדינה וויל איינפירן אז אפילו חרדים זאלען אויך גיין אין מיליטער. הרב שטיינמאן האו נישט געשטיצט זיך צו באטייליגען. ער האט געזאגט אז ס׳איז ביטל תורה.
בילדער ביי וואס איז נייעס
http://www.vosizneias.com/108584/2012/0 ... s-to-army/
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 7:55 am
דורך outspoken
גערעט מיט אן אמעריקאנער איד וואס איז איצט אין א''י, זאגט ע,ר אז ער האט נאך אזא זאך געזען, 4.30 פארטאגס זאלען שוין זיין הונדריטע פרויען מיט קערידזשעס מיט פיצלעך קינדער.
Re: מאסן פארזאמלונג פארטאג׳ס וועגן גיוס בני ישיבות.
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 8:05 am
דורך איחוד פעלד
ווייסט איינער וואס איז פשט מאכען פארטאגס?
ווען מען מאכט דא אן עצרת פארטאגס איז נישטא קיין מנין!
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 10:16 am
דורך דבילה
די שגעון פון די ישראל'ישע חרד'ישע אידנטום וואקסט וואס א טאג גרעסער! נעכטן איז די אם המרעיבה געווען דער גרעסטע דראונג פאר כלל ישראל, אייערנעכטן עפעס אנדערש און מארגן עפעס אזוינס וואס דו האסט ניטאמאל געקענט אליין חלומ'ן!
די צד השוה שבהן איז אז דער אידישע געמיינדע האט לפחות איינמאל א וואך א פרישע דראונג אויף איר עקזיסטענץ! און די גרעסטע חידוש פון דעם אלעם איז אז זי עקזיסטירט שוין איינמאל און בליהט אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען מימות שלמה!
יעצט א פראגע צו מיינע חשוב'ע קאווע טרינקער פריינט, וועלכע קלערט איר איז דער אמת! איז דאס דער והיא שעמדה וואס איז פשוט לעצטענס פארנומען וועכענטליך אנשטאט דעם אמאליגן שבכל דור ודור, אדער רעדן מיר פון א קאלעקטיוון פסקיזאפרעניק מחלה וואס האט זיך אריין געכאפט דורך א באקסיל אין די ירושלימ'דיקער וואסער בורות!
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 10:22 am
דורך טעפל
ר' דבילה קודם כל יא, לעצטענס איז די פרייע גאס שטארק פארנומען מיט די פרומע אבער ביסט גערעכט פון דא ביז מאכען אזאלעכע געוואלדעס ווען די ווייסט אליינס אז קיין איין בחור גייט נישט גיין אין מיליטער געצווינגענהייט!!!
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 5:07 pm
דורך פיינע קאווע
די ווידיאו פון די עצרת איז זייער התעוררות'דיג, מען זעהט אינגווארג פון לאו דוקא חסידים. לא אלמן ישראל. דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט
דער תירוץ אז מען קען זיך למעשה ארויס דרייען איז נישט גילטיג דא ווייל אז זיי זוכען און שטעלן צו נחל חרדי וכדומה וועלן זיך שוואכע היימישע בחורים אהין שארן,די רייץ צו גיין אין מיליטער וועט זיך פארשטארקן
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 10:54 pm
דורך איחוד פעלד
ווען אני הקטן האב זיך געדרייט אין ארץ ישראל, האבען די בחורים זיך שטארק אנגערעדט אויף דעם וואס מען גייט נישט אין מיליטער, זיי פלעגען זאגען, ווען יעדער זאל גיין, וואלט מען נישט געהאט קיין שום נסיונות אין אידישקייט אין מיליטער, און מען וואלט געקענט אנדינען די יארען און נאכדעם ארבעטען ווי א נארמאלער מענטש.
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 11:02 pm
דורך פיינע קאווע
מהסתם האסטו דיך געדרייט מיט יענע חברה, ביינונז אין ישיבה אין ארץ ישראל האט קיינער נישט אזוי גערעדט.
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 2:20 am
דורך משכיל
וואס איז די לאגיק פון זיין א שיינער חלק פון א לאנד און מען פארלאנגט אז די פרייע רעגירונג זאל זיך צושטעלן צו די פרומע מיט אלע זייערע פארלאנגען, ווי אזוי און ווי לאנג קען דאס אויסהאלטן?
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:07 pm
דורך פיינע קאווע
פון מיינעט וועגן זאלן זיי נישט אויסהאלטן. אזויווי דער סאטמארער רבי זי"ע האט פאראויס געזאגט אז משיח קען נישט קומען ווילאנג די מדינה הטמאה שטייט.
פארשטייט זיך דורך משיח צדקינו, נישט ח"ו דורך אראבער אדער אנדערע אידן פיינט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:02 am
דורך לעמיל
ראשעקאל האט געשריבן:י. הרב שטיינמאן האו נישט געשטיצט זיך צו באטייליגען. ער האט געזאגט אז ס׳איז ביטל תורה.
/
אבער הרב אלישיב נאנטע מענטש הרב אויערבאך איז יא געוועין דארט