פארטאגס
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
פארטאגס
''פארטאגס'', די צייט ווען פארש'כלב'טע האלב שלאפעדיגע קינדער און בחורים לויפן ארויס פארצאפעלט צו כאפן דעם באס וואס וועט זיי טראגן אין חדר אדער ישיבה צו אפרעכטן ''פארטאגס''. פארוואס רבוש"ע פעלט עס אויס איז מיר שווער געווען יעדן איינציגן ''פארטאגס'', איך בין קוים געקומען צום טעם פונעם נאכטיגן שלאף ווען די בייזע וועקערס שרייען אז ס'איז ''פארטאגס''! מ'דארף גיין אין ישיבה פרעג נישט פארוואס, ס'איז פארטאגס! א צדיק האט געהאלטן אז פארטאגס גיי איך מיט מיין דריי פערטל פארשלאפענעם מח פארשטיין די סוגיא בעסער.
אז איך בין אנגעקומען אין ישיבה האב איך שוין געהאט מיין מקום קבוע וואו איך האב זיך אויסגעשטרעקט אויפן באנק אין א חדר צימער מיין מאנטל פאר א קישן און ממשיך געווען דעם חלום וואו מ'האט גענדיגט.
אז ס'דא בחורים וואס ווילן און קענען באווייזן אויפצושטיין נו איז זייער חשוב, מאך עס פאר אן אפציע געב אפילו פרסים מיט תעודות. פארוואס אבער דארף מען פייניגן אזויפיל אינגע קינדער וואס האלטן דאס נישט אויס ? איך האב זיך דערמאנט פון ''פארטאגס'' ווייל א סערוועי איז יעצט ארויסגעקומען פון די CDC וואס ווארענט אז שולע קינדער אין אמעריקע הייבן אן צו פרי סקול יעדן טאג, נאך פאר די רעקאמענדירטע 8:30 און דאס קען ברענגען קראניק שלאף דעפריוואציע.
מ'דארף זיי זאגן ווען מ'הייבט ביי אונז אן, 5:30 פארטאגס אין א קאלטן ווינטער נאכט דארף א בחור ארויסקריכן פון בעט לויפן אין די קעלט צו ישיבה. רשעים.

טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דער גאנצע קאנצעפט היינט צו טאגס פון פארטאגס נאך דער צו מיט דער אויסרייד אז היות ס'איז אזוי געוועהן 'אינדערהיים', איז לעכערליך ביז גאר.
אינדערהיים איז דער האכט געפאלען ספעציעל ווינטער א ערך פון 5-6 אזייגער, לעקטער איז נישט געוועהן, בפרט אין די קליינע שטעטליך, איז מען געגאנגען שלאפען פרי, חצות איז געוועהן נאך א זיבען שעה פון גוטע שלאף, האט איינער געוואלט שלאפען צען שעה איז ער דאך אויפגעשטאנען דריי אזיידער פארטאגס.
בימינו אלה קיינער לייגט זיך כמעט קיינער נישט פאר חצות. דער גאנצע סיסטעם זמני הישיבה דארף ווערן אויף גערוקט מיט א שעה צוויי. והמשך הדברים מובן מאליו. דער נאכט סדר ביז צען אזייגער איז גוט משוגע, ווער האט דען אזוי פיל געדולט? ביז אכט אזייגער אים דעטס איט!
אה, ביטול תורה... גיין צום רבי'ס אייניקעל קרישמעליינען, אדער טאנצען אויף דער בליטשערס ווען דער רבי'ס ברודער/שוואגער/נכד רביה"ק וכו' מאכט חתונה איז נישט ביטול תורה, בלא בלא בלא!

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
אפילו דא אויף די אמעריקאנע באדן ווען מען האט איינגעפירט פארטאגס איז נאכט סדר נישט געווען ביז האלב נאך ניין אדער צען אזייגער נאר מען איז געשלאפן שוין ניינע דערנאך וואס מען האט נישט געהאט מיט וועם צו רעדן ווייל יעדער איז זיך געגאנגן לייגן (שווער צו פארשטיין דער מוסג היינט ווען עס רוישט די גאס דריי און צוואנציג שעה א טאג חוץ פון דריי ביז פיר וועסטו אייביג טרעפן מענטשן און דער גאס)
איז נאכט סדר האט מען אויפגעריקט ווייל די צייטן האבן זיך געטוישט אבער פארטאגס קען מען נישט ריקן ווייל אזוי איז אייביג געווען אפשר מאכט מען פארקערט מוועט ענדיגן נאכט סדר אכט אזייגער און ביי פארטאגס וועט מען זאגן אז די צייטן האבן זיך געביטן צ"ע ואפשר לומר בדוחק קצת שהקאפעטישן של הישבות זו הגורם שאין מחשבים מה התועלת של התלמידם רק השם של הישבה ודו"ק

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
ליפא האט געשריבן: אז איך בין אנגעקומען אין ישיבה האב איך שוין געהאט מיין מקום קבוע וואו איך האב זיך אויסגעשטרעקט אויפן באנק אין א חדר צימער מיין מאנטל פאר א קישן און ממשיך געווען דעם חלום וואו מ'האט גענדיגט.
.
יא דערמאנסט מיר טאקע, איך פלעג שלאפן לעבן דיר, דארטן אויפן באנק.
ליפא האט געשריבן: קראניק שלאף דעפריוואציע.
.
וואס איז דאס?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
אויב אט איימיצער א דאגה מיט ווייניק שלאף, פארוואס האאט ער נישט קיין פראבלעהם מיט אפקאלעצען יעדע נאכט ביז אכציג אזייגער אהן קייין דאגה פון סליפ דיפרייוועישען? נישט די ווייניג שלאף באדערט דא....
און איך בין גאהר מכיר טובה פאר די ישיבה וואס האט מיך ארויסגעשליידערט פון בעט םפרי פארטאגס, זינט דאן ווען כ'דארף א רואיקע צייט ווייסי'ך פארטאגס איז די צייט, צו לערנען וכו', אזוי געשמאק, אלע פגעים פאפען נאך, די גאס איז שטיל, די קאפ איז קלאהר, די שענסטע צייט פון טאג..

Re: פארטאגס
בכלל די ליצנות איז אין לשער ווען די גאנצע משפחה טאטע מאמע עלטערע ברודער שלאפן פיין, און נאר די 12 13 יעריגער דארף זיך ארויסרייסן פון בעט,
- הויזן טראגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 117
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: פארטאגס
Couldn't agree more.
עס איז נאך מער פון דעם, מכלומר'שט דארף מען דורכן אויפשטיין פארטאגס אלס בחור זיך אויסלערנען צו אויפשטיין שפעטער אויך אזוי, און דערווייל עולם הפוך ראיתי. דער בחור מוז נעבעך אויפשטיין, און נאך ווי יונגער אלס פריער (ישיבה גדולה בחורים און ישיבות זענען נישט מקפיד כמעט אויף פארטאגס), און דער יונגערמאן, אויב מוז ער עס טאן פאר דער ארבעט דויערט אים קנאפע 2 טאג זיך עס אויסצולערנען, בעל כרחך אתה חי, (אפילו ער איז נאך אין זיין לעבן קיין פארטאגס נישט אויפגעשטאנען, און דער טיפ וואס קען זיך נישט עדזשאסטן אפילו וועגן א זשאב, האט גאנץ זיכער אין ישיבה אויך נישט עס אויפגעכאפט) און א טאג וואס ער דארף נישט אויפשטיין פארטאגס איז נישט.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פארטאגס
פערזענליך האב איך א גרויסע געשמאק אין פארטאגס, אבער מיר האט מען קיינמאל נישט געטריבען דערצו. אלס בחור האב איך עס געטוהן פון די אייגענע ווילען, און ס'איז מיר געווארען אזא געשמאק אז איך ווייס אז וואס דער טאג ברענגט שפעטער, האב איך שוין א דריי פיהר שעה געלערנט. אלס יונגערמאן ווענדט זיך אויף די תקופות, אבער איך האב נאך אלס אזא געשמאק.
פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל כ'וויל מ'זאל וויסען.
ניין, ערנסט גערעדט. ביז ווילאנג מ'גייט נאך אן מיט א ישיבה וואס איז אויסגעשטעלט מיט א זלזול צו בחורים, מיט אן אומטרוי צו די בחור'ס אייגענע כוחות און ווילען, וועט מען מער און מער מוזען צווינגען, מיט אזעלכע אויסקומפ'ס. און שמאלער קעפ וועלען שרייען 'ער איז א יונג בחור. מ'מוז איהם אויסלערנען/באטרעטען ביז ער פארשטייט'. פראביר מיט אן ערנסטקייט און מיט שכל, צו פיהרען דער ישיבה אויף א אופן אז דער גייסט איז זיך אויפפיהרען עהרליך. דער בחור זאל זיך שעמען פון זיך זעלבסט, טאמער ס'גייט אריבער א טאג פון נישט לערנען. דער בחור ווייסט אז דער מגי''ש ווארט צו הערען זיין פשט אין תוספות. זאל דער בחור פארשטייען אז קיינער וועט איהם נישט 'נעמען אין די הענט אריין', און די גאנצע אחריות און הצלחה פון זיין רוחניות איז אין זיין הענט.
דעמאלס וועט מען אויפהערען מיט 'ישיבות בין הזמנים'ס' וואס לאזען נישט קיין בחור אליינס זיך טרעפען צייט צו לערנען פאר זיך. א בחור וועט זיך אויפזוכען אן אייגענעם אינטערעס אין א מקצוע, ער וועט אליינס טרויער'ן זיין כוחות און זיך בויען צו א באזעסענער מענטש, נישט קיין דריי הונדרעט פונט 'בארענטשע סטאפינ''ג'.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פארטאגס
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
סיבה: כפול
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל