די נייע פראהיבישאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

די נייע פראהיבישאן

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך גלייב אז רוב מענטשן דא ווייסן וואס פראהיבישאן איז. פראהיבישאן איז דער נאמען וויאזוי מען האט גערופן די געזעץ דא אין אמעריקא וועלכע האט פארבאטן דאס פאבריצירן, פארקויפן אדער טראנספארטירן אלקאהאלישע געטראנקען, אין די יארן צווישן 920' און 933'.

מיר ווייסן אויך אלע וואס די רעזולטאטן פון דעם געזעץ איז געווען. אז עס איז אויפגעקומען א גאנצע נייע אינדוסטרי פון אומלעגאלע מאכערס און פארקויפערס פון אלקאהאל. עס האט געהויבן פאברעכן און געברענגט אז אזעלכע מענטשן ווי אל קאפאון און זיינס גלייכן זענען געווארן גרויסע און מאכטפולע מענטשן, ווי אויך מולטי מיליאנערן. היינט ווען מען קוקט צוריק קראצט מען זיך דעם קאפ מיט וואונדער, 'ווי איז געווען זייער שכל'. אבער אזוי קוקט מען אויס ווען מען ווערט פארפירט פון אגענדעס.

עס איז געווען א גאנצע אינדוסטרי פון ספיק'איזיס, אזוי האט מען גערופן די באהאלטענע שענקען ווי מען האט פארקויפט אלקאהאלישע משקאות בסתר. עס איז געווען א ריזן ביזנעס, (און דערצו טעקס פרי...) און במשך אלע יארן פון די פראהיבישאן האט עס געהאלטן אין איין וואקסן און ווערן מער סאפיסטיקירט. ערשט נישט לאנג צוריק איז געווען עטליכע מאל אין די נייעס אז ביים איבערבויען א הויז האט מען געפונען א גאנצע שטאק אונטער דעם אפיציעלן בעיסמענט (וואס דער בעה"ב פון דעם הויז האט ניטאמאל געוואוסט אז עס עקזיסטירט) וועלכע איז געווען א ספיקאיזי אין יענע יארן. איינמאל געדענק איך אין קווינס און איינמאל אין מאנהעטן (קען זיין עס איז געווען נאך, אבער דאס איז וואס איך געדענק).

און אויב מיינט איר אז די רעגירונג האט זיך עפעס געלערנט פון דעם, האט איר א גרויסן טעות. מען מאכט איבער דעם זעלבן נארישקייט היינטיגע צייטן מיט ציגארעטלעך. דאס הייבן דעם פרייז צו אזעלכע משוגע'נע ציפערן האט באשאפן אונטער איר א גאנצן שווארצן מארקעט פון ציגארעטלעך (דיסקלעימער, איך בין נישט קיין רויכערער). ס"ה האסטו גענומען ארנטליכע בירגער און זיי פארוואנדלט אין קרימינאלן אן קיין שום סיבה און אן קיין שום הסבר.

אלזא, פארוואס ברענג איך דאס אויף.

אין די לעצטע צייט בין איך געווארן עדות צו א נייעם פענאמען. פרעמדע מענטשן, אזעלכע וואס קענען מיך נישט און האבן מיך קיינמאל נישט געזעהן, פון אינגע קינדער אזוי יונג ווי אכט-ניין יאר, ביז עלטערע לייט אין די זיבעציגער יארן, קומען צו צו מיר און האלטן מיך פאר היתכן איך פארמאג א סמארטפאון.

איך ווייס נישט צו איר האט שוין אזאנס מיטגעהאלטן, אבער ביי מיר האט עס פאסירט שוין מער ווי איין מאל, אז קינדער, שטינקערס פון אונטער צען יאר זענען צוגעקומען צו מיר און זיך גע'חוצפה'ט מיט א פרעכהייט ווייל איך האב עובר געווען אויף דעם שרעקליכן זינד פון האבן א סמארטפאון. אפגעזעהן פון דעם מציאות אז מיין טעלעפאן האט א פילטער וואס איך האב געלאזט ארויפלייגט ביי טעג אין אפיס און עס האלט מיך גענצליך אפ פון אריינגיין צום אינטערנעט דורך מיין טעלעפאן, אדער צום עפפ סטאר, ס"ה גיט עס מיר צוטריט צו אימעיל און מיינע פאר וויכטיגע עפפס. אבער דאס אלעס גייט קיינעם נישט אן.

אינגעלייט אין בית מדרש, עלטערע אידן אין סטאר און סתם עמך מענטשן זענען שוין א שיינע פאר מאל צוגעקומען צו מיר און מיר אויסגע'מוסר'ט, זה בכה וזה בכה, איינער אביסל איידעלער און איינער אביסל ווילדער, אויף דעם עוולה פון האבן א סמארטפאון.

אלזא, האב איך זיך ארום געזעהן מיט א מציאות, אז וויכטיגע טיילן פון אידישקייט, וועלכע טוען אין א גרויסן טייל כאראקטעריזירן דאס עצם מהות פון אידישע קינדער, ווערן אוועקגעווארפן אין מיסט קאסטן און ווערן ערזעצט מיט נייע, וויכטיגערע פרינציפן. חוצפה און עזות איז געווארן א מצוה. דרך ארץ וואס איז קדמה לתורה גייט נישט אן מער, מלבין זיין פני חבירו ברבים איז געווארן א נאבעלע אקט, און אלעס כדי צו העלפן א נייעם קולטור גאלאפירן פאראויס.

עס איז געווארן אפיציעל אז מען אפעלירט צו קינדער, צו פרויען, צו אינגע מיידלעך אז זיי זאלן פארהאלטן זייערע עלטערן פארן האבן א סמארטפאון. מען האט זיך פשוט גענומען, מיט א סיסטעמאטישן אופן, יורד זיין לחייהם פון די מענטשן וועלכע פארמאגן א סמארטפאון.

(דאס איז חוץ פון דעם מציאות וואס די מוסדות מיט וועדי האישורים ווערן פון יאר צו יאר ערגער און מער משוגע, עד כדי כך, אז מיין אידענע, וועלכע איז אלע יארן געווען דוקא א גרויסע חסידות'טע פון די אלע וועדי האישור האט שוין דאס יאר זיך צאמגערעגט און זיך געערגערט אויף די גזירות חדשות און דערנידערונגען וואס זי האט געהאט אויסצושטיין פון די מוסדות מיט טעג אינאיינעם און אויף דעם מציאות אז מען צווינגט איר צו שרייבן ליגנט.

דאס ליצנות, פון דעם וואס א מוסד געטרויעט נישט די אייגענע עלטערן ווייזט אין וואסערע סאסייעטי מיר לעבן. ווי זאגט מיר איינער, ווילאנג וועט געדויערן ביז די מוסדות וועלן פאדערן פון אלע עלטערן צו געבן פאר 'טעג' פרייע איינטריט צו זייער בעדרום...)

אין די לעצטע פאר וואכן האב איך צוויי מאל אנגעטראפן עלטערע אידן, ביידע שוין קרוב צו די זיבעציג, דוקא זייער ערנסטע מענטשן, איינער א ביזנעס מאן און איינער א בן תורה, אבער ביידע אויך מאמינים אין דעם 'סיסטעם', און ביידע האבן מיר מסביר געווען מיט א פשטות אז איך זאל זיך איינהאדלען נאך א סעלפאון, א פשוט'ן (וואס ווערט היינט גערופן א כשר'ע...), וואס איך וועל נוצן ברבים, און האלטן דעם סמארטפאון פאר ביני לבין קוני.

איך האב זיך פשוט נישט געגלייבט וואס איך הער. בפרט נאך ווען איינער פון די צוויי (דער ביזנעס מאן) האט מיר מסביר געווען אז אזוי טוט יעדער היינט. און ווי איך הער טאקע פון מענטשן טוט מען טאקע אזוי. איך האב זיך אנגעהויבן נאכפרעגן און מענטשן זאגן מיר טאקע מיט א שמייכל: 'אוודאי אזוי, מען האט צוויי סעלפאונס'.

שטיי איך און איך קוק מיט וואונדער. הזאת נעמי, ווי איז די שכל, איז שוין טאקע נישט פארבליבן גארנישט פון דעם מאטעריאל ביי אונזערע אזוי-גערופענע מנהיגים? ווי קלוג דארף מען זיין צו פארשטיין אז דער אינטערנעט און סמארטפאונס זענען א מציאות פון די וועלט און מען גייט זיי נישט אויסרייסן. און אנשטאט גיין אויף דעם נארישן וועג זאל מען אנהייבן מטכס עצה זיין ווי מען קען לעבן א אידישע תורה'דיגע לעבן 'מיט' די אלע זאכן און די טעכנאלאגיע.

ווען מיין באשעפער האט געגעבן דעם תורה אויפן בארג סיני האט ער נישט געזאגט אז די תורה איז נאר שייך ביז 2000 (בערך) ווען דער אינטערנעט גייט אנהייבן פארשפרייט ווערן, אבער נאך דעם גיי איך אויף פענסיע און איך גיב אויף. מיין באשעפער האט שוין דעמאלס געוואוסט אז עס גייט זיין אינטערנעט אויף די וועלט און ער האט געגעבן די תורה מיט דעם, על מנת כן, אז מען זאל זיין אידן אפילו מיט אינטערנעט און מיט סמארטפאונס.

אבער וואס זאל איך טוהן אז איך בין נישט פון די גרויסע, נישט פון די מנהיגים און נישט פון די עסקנים, איך קען זיך נישט גיין שלאגן מיט אונזער נייעם קולטור, דאס איז די קאמיוניטי אין וועלכן איך וואוין און לעב, און ווען איך געפין זיך אין רוים וועל איך טון ווי מען טוט אין רוים. בין איך געגאנגען און זיך איינגעהאנדעלט א נארישן טעלעפאן וואס פארמאגט נאר טאלק, און יעצט בין איך געווארן הייליג.

דער ליצנות איז נאר, אז יעצט ווען דער עולם הייבט אן לעבן מיט 'ספיקאיזיס', און די סמארטפאונס ווערן געהאלטן נאר במחתרת האט מען דאך שוין נישט קיין שום קאנטראל אויף דעם, ניטאמאל צו מען האט סיי וועלכן פילטער. אזוי אז עס איז אפן, איז דאך נאך דא אביסל דער עלעמענט פון בושה און מען וואלט כאטש געהאלטן א פילטער אויפן פאון, יעצט אבער אז קיינער זעהט עס סייווי נישט, קען ער דאך שוין טון וואס ער וויל.

האט מען גענומען א פראבלעם און עס געמאכט נאך ערגער. אבער וועמען גייט עס דען אן, אזוי לאנג ווי פון אינדרויסן קוקט עס אויס גוט, איז גוט. א הפלא'דיגער גאונות וואס נאר אזעלכע חכמים ווי אונזערע ... האבן געקענט אויסטראכטן.

די ווייטאג איז נאר ווען איך טראכט וואס עס וועט אלס דארפן פאסירן ביז מען וועט זיך אויפוועקן פון דעם טיפן שלאף???

בין איך אלזא צוגעקומען צום מסקנא אז מיר האבן דא א נייע פראהיבישאן.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר