בלאט 1 פון 2

ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:52 pm
דורך חקרן
אין ברסלב איז באקאנט א מאמר, אז ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ברעלסעווער, אזוי האט געזאגט ר' נחמן ברעסלעבער אליין (אויב ווילט איר גלויבן ר' נתן'ען).

מיין שאלה איז, צי איז אויך דא אזעלכע מאמרים פון אנדערע צדיקים אויף זייערע חסידות'ן, למשל אין חב"ד זאגט מען אויך דוכט זיך אז ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין חב"ד, אבער דוכט זיך אז דאס איז נישט קיין מאמר פון א רבי, נאר סתם אן אימרה בפי חסידים. איך וויל וויסן אויב אנדערע גדולי ישראל האבן געזאגט אזעלכע מימרות אדער ענליך צו דעם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:56 pm
דורך [NAMELESS]
די ערשטע זאך גייט ער ווייזן מיט די פינגער אויף די וואס האבן געשטיצט קרן הצלה,
דערנאך גייט יעדער ווערן א ברסלב׳ר,
א פאר מינוט דערויף וועט ער מקרב זיין די וואס האבן געשטיצט רבי אלימלך׳ס אייניקלעך,
תיקף נאכדעם וועלן אים די משיחיסטן זאגן שייגעץ ארויס איר זענט נישט די רבי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:30 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז שווער זיך צו מצייר זיין.
ועיי' מה שכתבתי כאן ותמצא נחת
viewtopic.php?p=162729#p162729

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:36 pm
דורך ברסלבער
לסבר את האוזן וואס רבי נחמן האט געמיינט. נישט ממש אזוי ווי שטיצן קרן הצלה.
דער פסוק זאגט אין צפני' אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'" יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן. האט רבי נחמן גע'טענה'ט אז מען דארף נישט ווארטן ביז משיח וועט קומען, מען קען שוין יעצט אנהויבן צו רעדן צום אייבערשטן און זיך דערנענטערן צו אים. און דאס האט ער געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע מענטשן טון דאס וואס די ברסלב'ע חסידים טון יעצט, זיי וועלן אלע רעדן צום אייבערשטן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:38 am
דורך שבת אחים
דערמאנסט מיך פון א מעשה (שוין ווידער האקט ער א קאפ מיט זיינע וויזניצע מעשיות :רח"ל ) געוועהן אמאל א רומענישע איד א קאסובער חסיד פונדערהעים מיטן נאמען שטערן וואס האט געוואוינט אין בני ברק, גאר א אינטערעסאנטע קאריקטור (ישראל קאפקע גיט געספעילט קאריקטור?) ער האט ליב געהאט צו דרשנן אסאך און נישט געוואוסט ווען צו ענדיגן, האט ער אמאל געזאגט פארן הייליגן אמרי חיים זצוק״ל אז ער איז אין אמתן אריין נאר זיין געבארגטע חסיד ווייל ווען משיח וועט קומען ווערט ער אויס וויזניצער און צוריק א קאסובער חסיד, האט אים דער אמרי חיים גענטפערט מיט א שמייכל אדרבה לאמיר טאקע זעהן אז משיח זאל קומען, יעצט האבן מיר צוויי סיבות אז ער זאל קומען...

גלייבטס מיר דער אמרי חיים האט שוין נישט געקענט ווארטן אז משיח זאל קומען נאר פאר די צווייטע סיבה אליינס :lol:

בערל גייסט מיך קלאגן אין קאורט פארן גיין קאמפטישאן מיט דיר ???

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:30 am
דורך diff
{יח} וְהָאֱלִילִ֖ים כָּלִ֥יל יַחֲלֹֽף׃
{יט} וּבָ֙אוּ֙ בִּמְעָר֣וֹת צֻרִ֔ים וּבִמְחִלּ֖וֹת עָפָ֑ר מִפְּנֵ֞י פַּ֤חַד יְהוָה֙ וּמֵהֲדַ֣ר גְּאוֹנ֔וֹ בְּקוּמ֖וֹ לַעֲרֹ֥ץ הָאָֽרֶץ׃
{כ} בַּיּ֤וֹם הַהוּא֙ יַשְׁלִ֣יךְ הָאָדָ֔ם אֵ֚ת אֱלִילֵ֣י כַסְפּ֔וֹ וְאֵ֖ת אֱלִילֵ֣י זְהָב֑וֹ אֲשֶׁ֤ר עָֽשׂוּ־לוֹ֙ לְהִֽשְׁתַּחֲוֹ֔ת לַחְפֹּ֥ר פֵּר֖וֹת וְלָעֲטַלֵּפִֽים׃
{כא} לָבוֹא֙ בְּנִקְר֣וֹת הַצֻּרִ֔ים וּבִסְעִפֵ֖י הַסְּלָעִ֑ים מִפְּנֵ֞י פַּ֤חַד יְהוָה֙ וּמֵהֲדַ֣ר גְּאוֹנ֔וֹ בְּקוּמ֖וֹ לַעֲרֹ֥ץ הָאָֽרֶץ׃
{כב} חִדְל֤וּ לָכֶם֙ מִן־הָ֣אָדָ֔ם אֲשֶׁ֥ר נְשָׁמָ֖ה בְּאַפּ֑וֹ כִּֽי־בַמֶּ֥ה נֶחְשָׁ֖ב הֽוּא׃

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:34 am
דורך קאווע טרינקער
שבת אחים האט געשריבן:דערמאנסט מיך פון א מעשה (שוין ווידער האקט ער א קאפ מיט זיינע וויזניצע מעשיות :רח"ל ) געוועהן אמאל א רומענישע איד א קאסובער חסיד פונדערהעים מיטן נאמען שטערן וואס האט געוואוינט אין בני ברק, גאר א אינטערעסאנטע קאריקטור (ישראל קאפקע גיט געספעילט קאריקטור?) ער האט ליב געהאט צו דרשנן אסאך און נישט געוואוסט ווען צו ענדיגן, האט ער אמאל געזאגט פארן הייליגן אמרי חיים זצוק״ל אז ער איז אין אמתן אריין נאר זיין געבארגטע חסיד ווייל ווען משיח וועט קומען ווערט ער אויס וויזניצער און צוריק א קאסובער חסיד, האט אים דער אמרי חיים גענטפערט מיט א שמייכל אדרבה לאמיר טאקע זעהן אז משיח זאל קומען, יעצט האבן מיר צוויי סיבות אז ער זאל קומען...

יענער לעבט נאך? לכאורה וועט ער נישט וועלן זיין א היינטיגע קאסובע חסיד...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוכט זיך דער מימרא אין חב"ד גייט אזוי:
לעתיד לבא וועט יעדער זאך האבען אן עלייה. דער חב"ד חסיד וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד רבי. דער פוילישע רבי וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד חסיד, דער פוילישע חסיד וועט ווערען א בחינה פון א פוילישע רבי, דער מנגד וועט ווערען א בחינהפון א פוילישע חסיד און דער גוי וועט ווערען א בחינה פון א מנגד.
און אח און וויי פאר'ן עליה פונ'ם גוי!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:37 am
דורך דולה ומשקה
עזריאל האט געשריבן:די ערשטע זאך גייט ער ווייזן מיט די פינגער אויף די וואס האבן געשטיצט קרן הצלה,
דערנאך גייט יעדער ווערן א ברסלב׳ר,
א פאר מינוט דערויף וועט ער מקרב זיין די וואס האבן געשטיצט רבי אלימלך׳ס אייניקלעך,
תיקף נאכדעם וועלן אים די משיחיסטן זאגן שייגעץ ארויס איר זענט נישט די רבי.


מ'וועט ארויס גיין מקבל פנים זיין משיח מיט א תניא אין איין האנט (כמדומה כך אמר הרבי ר' זוסיא)
און אין די אנדערע האנט ווען האבן א גלעזל ברוינפן [ווייל דאס האט אונז דערהאלטן אין גלות] (רבי נפתלי צבי הורוויץ מרופשיץ)
אזוי אויך וועט מען זינגען א ניגון (וואס לעת עתה געדענק איך נישט פון וועם).

משיח וועט גיין פון רוים אויף א ווייסע אייזעל, פון רוים וועט ער אדורך גיין דאס בעלזא שוהל, פון דער בעלזא שוהל וועט ער גיין צו 770.

עכ"פ די ליטווישע אפילו דיע פון בודאפעסט, וועלן נישט ווי זיך אהין צו טוהן, זיי וועלן זיך שפירן עפעס אינדרויסען פון דער גאנצע זאך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:57 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דוכט זיך דער מימרא אין חב"ד גייט אזוי:
לעתיד לבא וועט יעדער זאך האבען אן עלייה. דער חב"ד חסיד וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד רבי. דער פוילישע רבי וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד חסיד, דער פוילישע חסיד וועט ווערען א בחינה פון א פוילישע רבי, דער מנגד וועט ווערען א בחינהפון א פוילישע חסיד און דער גוי וועט ווערען א בחינה פון א מנגד.
און אח און וויי פאר'ן עליה פונ'ם גוי!

יעך האב געהערט אלטץ קינד א משהו אנדערש,
און דער לוטפאק וועט ווערן א בחינה פון א גוי... (רח"ל מהאי דעתא)

Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אונז וועלען מיר בלייבען אין בית מדרש ביים גמרא. ווען ס'וועט קומען צום עבודה אין ביהמ''ק וועט מען זיך נעמען זוכען איינער וואס ווייסט וואס צו טוהן. מ'עט זיך וואלגערען פון בעלזא-בילגארייא ביז בעלזא-מאכנובקא, פון די חכמי מבצרי הכוללים ביז די דערהויבענע שלוחים און דערנאך צו די שארפער אין ערד און די יושבים אין פשעווארסק. אבער אלס ללא יועיל. צום סוף וועט מען גייען אין רח' פרס ווי דער ליטוואק זיצט נאך ביי זיין גמרא הארעווען אויף זבחים מנחות און מ'עט איהם שלעפען צו פסקנ'ען.
האלט דיר דיין בראנפען און אלטמאדישע ספרדיש'ע באקליידונג און שנאררער אייניקלעך. אויף למעשה וועסטו מוזען זיך אנקומען צום שלימזל וואס טרינקט וועריפיין עפעל - זאפט רח''ל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:05 am
דורך [NAMELESS]
רצ"ה מקרעטשניף זצ"ל בשם זקינו אז יעדער וועט דאווענען מיטן קרעטשניפער נוסח.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:17 am
דורך געוואלדיג
אבער משיח אליין וועט דאווענען אויף די וויזניצער נוסח פון ר' קאפיל חסיד, יא [tag]שבת אחים[/tag]?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:28 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די אלע וואס זענען געגאנגען צו די בחירות וועלען זיצען אויבען אן. וויבאלט זיי האבען מקיים געווען די חוב קדוש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:41 am
דורך חקרן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דוכט זיך דער מימרא אין חב"ד גייט אזוי:
לעתיד לבא וועט יעדער זאך האבען אן עלייה. דער חב"ד חסיד וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד רבי. דער פוילישע רבי וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד חסיד, דער פוילישע חסיד וועט ווערען א בחינה פון א פוילישע רבי, דער מנגד וועט ווערען א בחינהפון א פוילישע חסיד און דער גוי וועט ווערען א בחינה פון א מנגד.
און אח און וויי פאר'ן עליה פונ'ם גוי!


מקור?

Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כן שמעתי פון א לץ פונ'ם פריערדיגע דור.
דער קעפעל איז - איך זיך מיך (יעך)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:25 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דוכט זיך דער מימרא אין חב"ד גייט אזוי:
לעתיד לבא וועט יעדער זאך האבען אן עלייה. דער חב"ד חסיד וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד רבי. דער פוילישע רבי וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד חסיד, דער פוילישע חסיד וועט ווערען א בחינה פון א פוילישע רבי, דער מנגד וועט ווערען א בחינהפון א פוילישע חסיד און דער גוי וועט ווערען א בחינה פון א מנגד.
און אח און וויי פאר'ן עליה פונ'ם גוי!

כך שמעתי ג"כ בזה הלשון ממש (ממישהו שיש לו ידועות בתורת חב"ד).

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:11 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:די ערשטע זאך גייט ער ווייזן מיט די פינגער אויף די וואס האבן געשטיצט קרן הצלה,
דערנאך גייט יעדער ווערן א ברסלב׳ר,
א פאר מינוט דערויף וועט ער מקרב זיין די וואס האבן געשטיצט רבי אלימלך׳ס אייניקלעך,
תיקף נאכדעם וועלן אים די משיחיסטן זאגן שייגעץ ארויס איר זענט נישט די רבי.


מ'וועט ארויס גיין מקבל פנים זיין משיח מיט א תניא אין איין האנט (כמדומה כך אמר הרבי ר' זוסיא)
און אין די אנדערע האנט ווען האבן א גלעזל ברוינפן [ווייל דאס האט אונז דערהאלטן אין גלות] (רבי נפתלי צבי הורוויץ מרופשיץ)
אזוי אויך וועט מען זינגען א ניגון (וואס לעת עתה געדענק איך נישט פון וועם).

משיח וועט גיין פון רוים אויף א ווייסע אייזעל, פון רוים וועט ער אדורך גיין דאס בעלזא שוהל, פון דער בעלזא שוהל וועט ער גיין צו 770.

עכ"פ די ליטווישע אפילו דיע פון בודאפעסט, וועלן נישט ווי זיך אהין צו טוהן, זיי וועלן זיך שפירן עפעס אינדרויסען פון דער גאנצע זאך.

דער ליטוואק פון בודאפעסט וועט שוין דאמאלס לאנג האבן אנגעטון א שטריימל און בעקישע. ער האט עס אנגעטון לכבוד ראש השנה תשע"ו לפ"ק. אויך א גארטל אינדערוואכן אויף זיין סינגל ברעסטעד רעקל מיט דעם דאפלטן שפאלט פון אהינטער....און שב"ק ויו"ט אויך א בעקיטשע/פראק מיט א טאפלטן שפאלט מאחוריים, מיט צוויי קנעפלעך...!... :lol:

Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איהר פארגעסט א פסוק פונ'ם הפטרה פון אחרון של פסח. (איך וואלט געקענט פאר'ענטפערען אז דו ביסט א בן א''י און דו האסט נישט קיין יו''ט שני, נאר ביי ענק פייערדיגע ציונים ליינט מען די הפטרה אום יום העצמאות)
לא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח.
משיח וועט טרעפען חסידים אונטער'ן פראק און מתנגדים געבינדען מיט דער שווארצע שטריק.

Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און ווער זאגט דיר אז משיח קומט ערשט נאך ר''ה תשע''ו

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:11 pm
דורך [NAMELESS]
די ווערטל גייט אזוי:

ווען משיח, דער ליובאוויטשער רבי, גייט נתגלה ווערן, וועט ער קודם אריינגיין אין משיח'ס שטיבל אין סאדיגורא, דערנאך וועט מען בויען דעם בית המקדש אדוכגייענדיג דעם בעלזן מקדש מעט.

די גערע וועלן צושטעלן די מקוה זיך צו טובל'ן איידערן אריינגיין אין ביהמ"ק, וואס וועט אויפגעבויט ווערן מיט סאטמארע קרן הצלה געלטער, און די כיור וועט געמאכט ווערן מיט די באבוב'ע שפיגלען.

וויזשניצע רבי וועט אנפירן די קאפעליע פון די לוים, בשעת'ן מקריב זיין די קרבנות מיטן קלויזנבורגן הכשר, דער סקווערער רבי וועט גיסן די זאלץ אויף די קרבנות, און קאשויער רב וועט קעירנעמען פון די חלק הניקור.

די ליטוואקעס גייען באיקאטירן די גאנצע ביהמ"ק, וויבאלד ס'וועט נישט זיין אויסגעארבעט מיט די בריסקע שיטות און שיעור חזו"א...


---------------
ווער ס'כאפט נישט איינער פון די נקודות, קען בעטן א הסבר.

Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:28 pm
דורך mevakesh
גור האט כמעט נישט קיין איין אייגענע מקוה איבער די גארער וועלט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע דאס איז די נקודה... :lol: