בלאט 1 פון 1
סאטמארער איד געט א פיינעם נאכטמאל פאר צען IDF סאלדאטן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:05 pm
דורך ליפא
איך ליין אויף יוו''נ אז א סאטמארע חסיד צו גאסט אין ארץ ישראל איז געווען אין א רעסטאראן אין גליל געגענט ווען א מנין סאלדאטן זענען אריינגעקומען עסן. אונזער איד האט געזען ווי זיי זוכן עפעס ביליג און גוט האט ער זיי געזאגט צו עסן וואס און וויפיל זיי ווילן אויף זיינע קאסטן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:08 pm
דורך ליפא
A group of ten IDF soldiers entered a restaurant in the Galil area. They were clearly deciding what to order, seeking to find an acceptable compromise between satisfying their hunger and their limit budget. At the end, they settled for the least expensive option.
A Satmar chossid was in the eatery with his family, driver and tour guide, at a table not far from the soldiers. He realized their dilemma and told them to just order, that he was going to pay for all of them.
The driver explained he knows the man from New York, and he is indeed a member of the NYC Satmar community. He was pleased and surprised to see the generous gesture, as were the soldiers and other patrons in the restaurant. The waitress ran into the kitchen to tell her colleagues, equally surprised to see the chossid flipping the bill for ten soldiers. The kitchen staff came to the front to see the man, leaving everyone with a smile and one stating the act was nothing less than a Kiddush Hashem.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:31 pm
דורך דריידל
ס'איז א שיינע זאך פון אים ארויסצוברענגן אז די קאמף וואס סאטמאר רב ז"ל האט געפירט קעגן ציונות איז געווען קעגן די רעיון און נישט קעגן קיינעם פערזענטליך. איך בין אבער נישט קאנווינסט אז יענער איז טאקע א סאטמערע. ס'זענען דא גענוג וואס האבן געלערענט אין סאטמאר, דאווענען אין סאטמאר, קענען אפילו הייסן יואל און גיין מיט א שטאפן היט, אבער האבן מיט סאטמאר גארנישט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:52 pm
דורך קאווע טרינקער
לדעתי לדעתי האט דער איד געוואלט מזכה זיין דעם מנין צה"לניקס מיט א סעודת הילולא לע"נ רביה"ק בעל הנס ובעל ההילולא זי"ע, און דערנאך אריינשיקן פון פענע צום בלאט אז אפילו צה"ל!! זעהט שוין איין....
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:58 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:איך ליין אויף יוו''נ אז א סאטמארע חסיד צו גאסט אין ארץ ישראל איז געווען אין א רעסטאראן אין גליל געגענט ווען א מנין סאלדאטן זענען אריינגעקומען עסן. אונזער איד האט געזען ווי זיי זוכן עפעס ביליג און גוט האט ער זיי געזאגט צו עסן וואס און וויפיל זיי ווילן אויף זיינע קאסטן.
ליפא: אויף דעם קענמען טאקע זאגן דעם פסוק..."ומי כעמך ישראל יוד אחד"...! אפילו א סאטמאר'ע איד וואס איז דאך אזוי שטארק אקעיגן מדינת ישראל. אבער דאך ווען ס'קומט צו העלפן אן אנדער'ן איד איז ער דארט...אזוי האט דאך אונז געלערנט רביה"ק זי"ע...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:ס'איז א שיינע זאך פון אים ארויסצוברענגן אז די קאמף וואס סאטמאר רב ז"ל האט געפירט קעגן ציונות איז געווען קעגן די רעיון און נישט קעגן קיינעם פערזענטליך. איך בין אבער נישט קאנווינסט אז יענער איז טאקע א סאטמערע. ס'זענען דא גענוג וואס האבן געלערענט אין סאטמאר, דאווענען אין סאטמאר, קענען אפילו הייסן יואל און גיין מיט א שטאפן היט, אבער האבן מיט סאטמאר גארנישט
די יעניגע, אזוי ווי--- , ----, און ---- מ. ---- זענען טאקע נישט קיין חסידים און תלמידים פון סאטמאר'ע רבי זצוק"ל. אבער דער איד איז יא...!
אה. כ'האב שיער פארגעסן...י---- ק---- וואלט עס אויכעט נישט געטון. אפשר פאר אומשולדיגע, נעבעכדיגע פאלעסטינער קינדער און פרויען, וועלכע ווערן אזוי שטארק גערודפ'ט דורך די מדינת ישראל רעגירונג און מיליטער...! (עיין פירש"י על ויחד יתרו...(...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:14 pm
דורך הקטן
דאס איז אזא ריווערז "כח הפועל בנפעל"
יעצט גייען די צהלניקעס אנפאנגען צי לערנען ויואל משה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:15 pm
דורך קאווע טרינקער
עוד יש לומר ע"ד שאמרו חז"ל אוירא דמדינת ישראל מחכים. אין ניו יארק האט ער געהאלטן אז די צה"ל זענען מחריבי קרתא... אנצינדער.. לעשערס... אבער אז מ'זעהט זיי פון דערנאנט... טוט מען תשובת המשקל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
און ווער שמועסט נאך אז מ'עסט א סאך פעטע סעודות איז עס זיכער א תשובת המשקל...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:41 pm
דורך קאווע טרינקער
יא... און צה"ל וואקסט..
Re: סאטמארער איד געט א פיינעם נאכטמאל פאר צען IDF סאלדאטן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:44 pm
דורך פליקער
פארוואס גייען די חברי צה"ל אויס פאר הינגער, אן קיין פעני אין קעשענע פאר מער ווי עפעס א מאגערע ראציאן, דאס האט דער סאטמערער געוויזן פאר די וועלט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא ערגעץ בילדער פונעם מעמד?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:55 pm
דורך פאפיטעס
אין מיינע אויגן איז דער אזויגעריפענע "קידוש השם" א חילל השם, סהייסט די שטאט דרייט זיך איבער.. צייטונגען שרייבן מיט זאפט... קופקעס אין דער מקווה ציפלוידערן זיך אויף די העכסטע טענער... אז... א "סאטמערע " יונגערמאן האט געגעבן אביסעלע עסן פאר א... "ציוני"
שעמען מעגן ענק זיך, אז איינער פון דעם רעבין זיכוסויגנלייניס חסידים זאלן געבן עסן פאר א יוד איז א גרויסארטיגע נייעס זענען ענק פראסטע סדום'ניקעס וואס וועלן געבן א געלעגער נאר פאר א זייעריגע! א באנדע קולט נאכטאנצער וואס דעבאטירן אויף די העכסטע טענער אויב דער אויבנדערמאנטער פירער וואלט ווען ציגעלאזט אזאנס... די אקט וואס דער "מענטש" האט געטון איז זייער א שיינער אין זייער הומעניטעריש, אין עס ברענגט אפשר ארויס די ליבשאפט פון יודישע קינדער איינער צום צווייטן, אבער לויטן קעפל אין די וועג וויאזוי עס שטייט, שרייט עס עקל און גרויל!
איז זיי מוחל טויש דער קעפל פונעם אשכול
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:59 pm
דורך chusid
פאפיטעס האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער אזויגעריפענע "קידוש השם" א חילל השם, סהייסט די שטאט דרייט זיך איבער.. צייטונגען שרייבן מיט זאפט... קופקעס אין דער מקווה ציפלוידערן זיך אויף די העכסטע טענער... אז... א "סאטמערע " יונגערמאן האט געגעבן אביסעלע עסן פאר א... "ציוני"
שעמען מעגן ענק זיך, אז איינער פון דעם רעבין זיכוסויגנלייניס חסידים זאלן געבן עסן פאר א יוד איז א גרויסארטיגע נייעס זענען ענק פראסטע סדום'ניקעס וואס וועלן געבן א געלעגער נאר פאר א זייעריגע! א באנדע קולט נאכטאנצער וואס דעבאטירן אויף די העכסטע טענער אויב דער אויבנדערמאנטער פירער וואלט ווען ציגעלאזט אזאנס... די אקט וואס דער "מענטש" האט געטון איז זייער א שיינער אין זייער הומעניטעריש, אין עס ברענגט אפשר ארויס די ליבשאפט פון יודישע קינדער איינער צום צווייטן, אבער לויטן קעפל אין די וועג וויאזוי עס שטייט, שרייט עס עקל און גרויל!
איז זיי מוחל טויש דער קעפל פונעם אשכול
בכלל, אויב דאס התנגדות צו ציונות איז ווייל די תורה זאגט אזוי--דאן וואס איז די הוא אמינא פון עס נעמען ווייטער און גאר זיי נישט געבן עסן..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:36 am
דורך אדונינו
רציתי להודות מקרב לב על הארוחה הטעימה. גדעון לוי מחטיבת גולני
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:48 am
דורך העלא
איך לין און איך איך ליין,
און איך זוך די ווארט פיין,
אפשר איז עס געווען א פלעינע סאפער,
איך זעה נישט די ווארט "פיינעם" אין די ווערטער פונעם מספר,
לדעתי לדעתי, דארף מען טוישן די נאמען פון די אשכול,
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:54 pm
דורך אדונינו
העלא האט געשריבן:איך לין און איך איך ליין,
און איך זוך די ווארט פיין,
אפשר איז עס געווען א פלעינע סאפער,
איך זעה נישט די ווארט "פיינעם" אין די ווערטער פונעם מספר,
לדעתי לדעתי, דארף מען טוישן די נאמען פון די אשכול,
יא יא, חסיד טענה׳ט אז ״סאטמאר״ קומט נישט דא אריין, העלא איז מעורר אז ״פיינעם״ איז נישט אזוי קלאר, איך הער יעצט נאך אז ״צען״ איז אויך נישט אזוי קראנט, זעהט זיך אויס אז דער פותח האשכול האט סתם מתבל געווען דער ענין, די ריכטיגע קעפל איז לכאורה ״איד פארנאכטמאלט סאלדאטן״ (זאג מיר נישט אז ס׳גאר מיטאג געווען).
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:57 pm
דורך שמעקעדיג
יחי אדונינו!!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:30 am
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:ס'איז א שיינע זאך פון אים ארויסצוברענגן אז די קאמף וואס סאטמאר רב ז"ל האט געפירט קעגן ציונות איז געווען קעגן די רעיון און נישט קעגן קיינעם פערזענטליך. איך בין אבער נישט קאנווינסט אז יענער איז טאקע א סאטמערע. ס'זענען דא גענוג וואס האבן געלערענט אין סאטמאר, דאווענען אין סאטמאר, קענען אפילו הייסן יואל און גיין מיט א שטאפן היט, אבער האבן מיט סאטמאר גארנישט
דריידל: אט דעם טעות מאכן די בעלזער חסידים. זיי מיינען אז א יעדער וואס גייט א שטאפענע הוט אדער קויפט דעם בלאט איז א סאטמאר'ע חסיד וועלכער האט נאך געווייקט ביים רעבי'ן זכותו יגן עלינו...!
אני הקטן בין אמאל ארייגעגאנגען אין א גראסערי אין בארא פארק (נאך בראשית ימי ה'בלאט. ווען ס'האט נאך געהאט עפעס א תוכן און א ווערד.) צו קויפן דעם צייטונג. און דער בעה"ב פון די גראסערי, א בעלזא'ער חסיד וועלכער האט, פארשטייצעך געהאלטן אויך דעם בלאט וועגן פרנסה, האט געמאכט עפעס א באמערקונג איבער מיר צו זיין חבר מיט די פאלגנדע דיבורים..."
זיי. מיינענדיג די סאטמאר'ע חסידים...כ'האב נישט געהערט דעם סוף פסוק. זיין איינציגער טעות איז געווען אז איך בין נישט קיין סאטמאר'ע איד...! איך האב א גרויס הערצה פאר דעם סאטמאר'ע רבי'ן זצוק"ל (יישר כח). אבער איך האב קיינמאל אין קיין סאטמאר'ע ישיבה נישט געלערנט...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:48 am
דורך אדונינו
יא יא ס'שוין א אלטע בעלזא טעות, נאך אינדערהיים האבן זיי געמיינט אז אלע בעל עגלה'ס זענען סיגוט, ווען רוב האבן ניטאמאל אין סיגוט געלערנט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:15 am
דורך berlbalaguleh
יחי אדונינו מורינו ורבינו: דו מיינסט אז אין בעלזא איז נישט געווען קיין בעלי עגלות...?...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:44 pm
דורך אדונינו
איך האב געפרעגט אין בעלזא, זיי טענהן אז אינדערהיים איז בערל (דוב) געווען א רבישע נאמען, און נאר נאכן קריג איז עס פאר׳בעלעגלה׳ט געווארן.