בלאט 1 פון 1

ערליכע אידן אנשי שם מיט ווייניג אנערקענונג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:36 pm
דורך ליפא
בעז''ה עפען איך אויף א אשכול ווי מ'וועט אויפברענגען מער ווי איין איד, וואס זיי האבן אבער איין זאך אין קאמען איז די ווייניג אנטענשאן וואס זיי באקומען.

אנהויב פלעטבוש וואוינט א איד א עובד השם באמת, לערנט און דאווענט א גאנצן טאג, א ריז אין תורה ה''ה כ''ק אדמו''ר פון ווערדאן שליט''א. ער האט א קליינער ביהמ''ד אן א רעש און געפילדער. ער נעמט אויף אידן וואס ווייסן צו קומען צו א ערליכן איד.

vrdn.JPG


(ווער ס'קען און וויל זאל מרחיב זיין, אויך ארויפברענגען פרישע קאנדידאטן.)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב הנאה האסט ארויפגעברענגט זיין נאמען.
מיין עלטער פעטער ז"ל - א קנאפער גלייבער אין רבי'ס - איז געווען זייער שטארק פארן ווערדאנער. ער האט געזאגט אז יארן צוריק, ווען קיינער האט נאכנישט געוואוסט פון אים צו זאגן, האט ער געזען ווי דער ווערדאנער איז געזעצן אין ביהמ"ד און געלערנט טאג און נאכט מיט א משונה'דיגן התמדה, נישט באקומענדיג קיין כבוד און אנערקענונג.
דעמאלס האט ער געזען וואס מיינט א ריכטיגער ערליכער איד, א פארצייטישע רבי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:44 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' אלי' בער וואכטפויגל לערענט דען נישט א גאנצען טאג?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:23 pm
דורך [NAMELESS]
עיין כאן:
viewtopic.php?f=42&t=9092
(קרעדיט: ווייס פרעזידענט)

Re: ערליכע אידן אנשי שם מיט ווייניג אנערקענונג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 4:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאווע טרינקער האט געשריבן:ר' אלי' בער וואכטפויגל לערענט דען נישט א גאנצען טאג?

ס'איז עפעס א קאמפעטישע''ן? יעדער קען לערנען א גאנצע טאג, ס'וועט קיינער נישט שטערען.