בלאט 1 פון 1

זוכען דאס אומבאקאנטען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:08 am
דורך mevakesh
פארווארפען אין א ווינקעלע
זיצט זיך דארטן א יודעלע
מיט זארגען אהן א מאס
פון ווי נעמט מען יענץ און דאס

אבער נישט די זאכן די דאזיגע
שלעפט איהם ארונטער די פאדלאגע
נאר די אור אלטע פראגע
צו וואס דארף איך דאס גענאדע

וואס איז געווען פאר מיר
דאס וועלט שיין אהן א שיעור
נאר עפעס איז געווען פעלערדיג
ביז די אויגען האבן געטוהן א בליק

נישט אז עס דארף זיין א ציהל
אפשר איז דאס נאר א שפיל
וויל איך אבער יא קלערן
אז פון מיר טוט עפעס נעהרען

קען גאר זיין א סברה
אז איינער האט אזא מטרה
צו מאכן אן עקספירימענט
און זעהן ווי מען קריכט אויף די ווענט

שרייט דער דארווין דער נער
איהר זענט נישט חשוב אין לשער
איהר זענט נאר א צופאל
איבערגעבליבען פון די אפפאל

יא א איד איך בין
א מסורה האבן מיר דערין
גאט גוטס וויל ער געבן
אבער מיר טוען זיך שעמען