הרה"ק ר' אליעזר זוסיא פארטיגאל מסקולעני זצ"ל כ"ט אב
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:33 pm
"א טאטע פון דריי הינדערט אייגענע קינדער, און א טאטע פון איין קינד וואס איז בשותפות מיט נאך איינעם!" דאס איז וואס מען פלעגט זיך אויסדרוקן אויפן סקולענער רבי'ן. א צדיק וואס האט אוועק געגעבן זיין שטוב, קלייד, קושן, ברויט, געלט, אלטץ וואס ער האט נאר פארמאגט פאר צובראכענע אידן יתומים און יתומות וואס זענען געווען צובראכן שבר על שבר נאכן פארלירן זייער באליבטע, דאס מערהייט פון די משפחה ליידער, א איד וואס האט אויפגעשטעלט אין ארץ ישראל פעסטע מוסדות פשוט צו זיין א גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע רעטער פאר די פארוואגעלטע נשמות וואס זענען געפאלן ווי די פליגן אין יענע תקופות.
אה! דאס לעכטיגע צורה!
ר' אליעזר זוסיא איז געבוירן אין חודש חשוון תרנ"ח צו זיין טאטן הרב אברהם וואס איז געווען רב אין שטאט סקולען. ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין טאטן אין שטוב מיט א חסידישן ברען וואס זיין טאטע איז געווען א פלאמפייערדיגע רוזשינע חסיד און א תלמיד פון ר' ישעיהו שור מ'אדעס וואס איז אויך געווען פון די גרויסע חסידים נאך ביים אלטן סאדוגערער,
אין יונגען עלטער פון בלויז אכטצן יאר! נאכן פטירה פון זיין גרויסן טאטן אין תרע"ה איז ער געווארן אויפגענומען אלטץ רב אין שטאט סקולען, דארט האט ער גאר שטארק געהויבן דעם שטאט וואס איז געווען גאר בשפל המצב ווי עס איז כמעט נישט געווען קיין שמירת שבת כשרות וכו. שפעטער האט אים דער וויזשניצער דמשק גערופן קיין טשערנוביץ ארויס צו העלפן לטובת אגודת ישראל, דארט האט ער זיך עטוואס אנגעקערט א שייכות לבית וויזניץ, וואס אגב, איז דא כמה וכמה ניגונים בבית וויזניץ וואס זענען במקורו סקולענער ניגונים, דאס איז ווייל ער פלעגט כסדר שוקען ניגונים (משלוח מנות) צום דמשק אדער דער אמרי חיים, למשל דער ניגון "חכו ממתקים" און נאך.
שפעטער איז ער אנטלאפן קיין בוקארעסט ווי דארט האט ער אנגעהויבן עוסק זיין מיט די ציבראכענע יתומים'לך און זיך באשעפטיגט מיט זיי יעדען ריר פון טאג! נאכן קריג אין 1948 ווען בוקארעסט איז געפאלן אינטער די קאמעניסטישע פורהאנג האט ער אנגעהויבן אויסצושטיין פראבלעמען פון זיי ווי כאילו ער איז א 'מרגל' (נישט דא ווער זאל לאכען) און מען האט אים ארעסטירט, דארט פלעגט ער כסדר ליינען קרי"ש דערנאך וואס ער האט נישט געקענט וויסן ווען עס איז טאג און ווען נאכט, שפעטער אין תשי"ט איז ער געווארן ארעסטירט צום צווייטן מאל, און דאס מאל האבן זיי שוין ארעסטירט זיין זון דער היינטיגן רבי'ן לאורך ימים.
אויף זייער באפרייאונג און זייער ארויס זען פון די קאמעניסטישע הענט האבן עוסק געווען א סך צווישן זיי דער ליבאוויטשער רבי און אויך רב אליעזר סילבער ראש פון די אגודת הרבנים, און נאך א סך עסקנים וגדולי הציבור, לפי גירסת ליבאוויטש איזעס געווען איין טאג האט דער ליבאוויטשער רבי אנגערופן זיינס אן עסקן און אים געהייסן אינטערווענירן אין וואשינגטאן, למעשה איז עס געווען יענע טאג וואס רומעניע האט געווארט אויף א באשטעטעגונג פון אמעריקע אנצונעמן א פרישע אמבאסאדור פון רומעניע, למעשה איז עס אריין אינעם דיעל און זיי האבן באפרייט דעם סקולענער רבי.
דא האט ער זיך באזעצט אין קראונהייטס כדי צו זיין נאנט צו זיין רבי דער כנסת מרדכי פון סאדוגער. מען דארף וויסן, אין אנהייב איז זיין חסידות געווען ביים 'פאר ישראל' דער בוהושער דערנאך ביי זיין ברודער דער פאשקאנער זצ"ל, אויך האט ער זיך געדרייט ביים שטופענעשטער ר' אברהם מתתיהו זצ"ל, אבער זיין אמת'ער רבי ברמ"ח ושס"ה איז געווען דער כנסת מרדכי, ר' מרדכי שלום יוסף ער פלעגט "אילו" וואך קומען הערן קידוש פון זיין רבי אין קראונהייטס פון ווי ער פלעג ארויס וואקן מיטן רוקען צירוק וועגס... דארט אין קראונהייטס פלעג ער אויך גיין צום ליבאוויטשער רבי, צו התוודות'ער איז ער כסדר געקומען (ער פלעג נישט גיין מיטן שטריימל, בפשטות משום כבוד האדמו"ר) ער איז אויך כסדר אריין אויף יחידות צו איםץ
ביי א התועדות אין ליבאוויטש רעכטס אינטער'ן רבי'ן.
ביים באזוכן אין צעלעמע'ר קעמפ דאס יונגעל אנגעליינט אויף אים איז די פריימאנע רב שליט"א.
נאכן ליידען שטארק אויפן הארץ איז ער נפטר געווארן ערב ראש חודש אלול יו"כ קטן שנת תשמ"ב. און ווי דער פאפער רב האט מספיד געווען מיט גרויס געוויין: היינט איז נישט יום כיפור קטן היינט איז יום כיפור גדול...ער איז געווארן באערדיגט אין בית החיים אין מאנסי.
מערקט דער מציבה הנקרא סקולענע רבי
עטליכע עובדות
~ווי עס איז באקאנט פלעגט דאס קריאת שמע ליינען דריי מאל א טאג, נעמען לערך אן האלבע שעה יעדעס מאל וואס עס איז געזאגט געווארן מיט זיינע הארציגע תנועות, עס פלעגט זיין אז די מאניטער פלעגט ווייזן ווי זיין הארץ שטעלט זיך אפ! ווען מען האט אים געבעטן ער זאל מקצר זיין און זיך איינהאלטן האט ער געזאגט: אויב נישט דער קרי"ש וואס האב איך פון מיין לעבען...
~געווען איז עס אין רומעניע קורץ נאכן קריג, עס איז געווען ערב פסח און דער רבי האט געטיילט מצות פארן ציבור ווי מען האט געגעבן גאנצע דריי מצות! פאר יעדען, איז געווען דארט א רבי'ש קינד וואס האט זיך איינגעריסן אז ער דארף זעקס מצות ס'זאל אים זיין גענוג פאר ביידע סדרים, דער עולם האט זיך גערעגט ווייל עס איז געווען א 'שארטעדזש' פון מצות, דער רבי אבער האט געזען אז יענער עקשן'ט זיך האט אים דער רבי געגעבן זיינע פארלאנגטע מצות, געקומען איז צום סדר נאכט, און עס קומט אן דעם בנש"קל זון צום סקולענער'ס דורה מיט דריי מצות אין האנט, פארשטייט זיך די שמחה איז געווען אין לשער, און אויפן וואונדער דערויף האט ער געזאגט שפעטער: איך האב געוויסט אז די רבי וועט אוועק געבן אפילו זיינע אייגענע מצות, במילא האב איך גענומען עקסטער אזוי אז כאטש וועט די רבי האבן מצות...
~ער פלעגט פארציילן וואס דער פאשקאנער האט אים פארציילט אין רומעניע, דער פאשקאנער'ס חתונה איז געווען נאך ביים אלטן סאדוגערער, און דארט ביים שמחה האט ער געזוכט א גלעזל צו טרינקן, עס איז אבער נאר געווען א גענוצטע, און ער האט זיך געעקלט דערפון נאכדערצו מיט זיין רוזשינע מפונקות, האט אים דער אלטער סאדוגערער געזאגט: "דיין זיידע ר' משה לייב פון סאסוב האט געזאגט אז א איד דארף קענען אפקראצן מיטן מויל טויזענט! חארקעס (קרעץ) פון א צווייטן אידען'ס קאפ, דאס מיינט ריכטיגע אהבת ישראל... און די עקלסט זיך נאך פונעם גלעזל?" (אגב. דאס באקאנטע ניגון ימים על ימי מלך תוסיף האט ער געמאכט צום יום הולדת השבעים פונעם פאשקאנער)
דער עולם איז מכובד מיט צו טיילן עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולה.