בלאט 1 פון 1
ר' משה ראטמאן - גבאי האדמו"ר מטאהש זצ"ל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:55 pm
דורך שמואל פרימו
איך מיין אז דער גבאי איז ווערד א באזונדערע אשכול. ביים לויה האט ער נישט אויפגעהערט צו וויינען, עס קוקט אויס ווי זיין פערזענליכער בראך. אויך איז ער דערווייל נאכנישט אוועק פון דעם פרישן קבר, עס קוקט אויס ווי ער נעמט דאס זייער פערזענליך.
ער טראגט אונטער זיך א לאנגער היסטארי, ער איז געווען יארן גבאי ביי טאהשער רבי זצ"ל און האט אים געדינט בנאמנות, ער האט זיך ממש איבערגעגעבן פאר אים יומם ולילה. סוף ימיו פונעם טאהשער רבי האט ער געשנארט פאר טעכנעלאגישע כלים, צוצושטעלן פארן רבי'נס געזונט אינדערהיים, און געשטאנען אויף אלע געזונט זאכן פונעם רבי'ן, ער האט זיך ממש נישט גערירט פון שטוב דארט.
ווער קען שרייבן מער איבער זיין היסטאריע, ווי אויך - וועט ער ווערן גבאי ביי האדמו"ר מטאהש שליט"א (געוואלד געשריגן!), אדער קען ער זיך נישט אפרייסן פון זיין רבי'ן זצ"ל?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:02 pm
דורך קאצקע ציקער
ווען איז ער געווארן גבאי?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:06 pm
דורך ליפא
געהערט אז ער מופט אויף מאנסי, וואו ער האט א הויז.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:08 pm
דורך ליפא
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען איז ער געווארן גבאי?
תשנ''ח-ט נאך וואס הרב ?? קליין איז אוועק. אליינס געווען א צדיק פון א איד.
Re: ר' משה ראטמאן - גבאי האדמו"ר מטאהש זצ"ל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:08 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כמיין ער איז געווארן גבאי איז געוועהן ער איז געוועהן א בחורל פין א שטוב פין 19 קעניינע הרע.
איז ער אונגעקומען קיין טאהש פארשטייט זיך די רבי זי"ע האט מקרב געוועהן ווי יעדער האט זיך געדרייט אין געפרייט דארט ביז ער איז געווארן א שמש'ל אין נאכדעם צו דער פעזיציע פין זיין דער זאך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:44 pm
דורך שטילע אינגערמאן
בילד
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:52 pm
דורך קאווע טרינקער
קוקט אויס ווי ס'פארמירט זיך דארט א תהלים כולל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:בילד
די ליצים זאגן אויף די בילד אז משה ראטמאן שטייט ביי א צובראכענע ATM מאשין און וויינט פארוואס ס׳האט זיך צובראכן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:05 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען איז ער געווארן גבאי?
תשנ''ח-ט נאך וואס הרב ?? קליין איז אוועק. אליינס געווען א צדיק פון א איד.
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:כמיין ער איז געווארן גבאי איז געוועהן ער איז געוועהן א בחורל פין א שטוב פין 19 קעניינע הרע.
איז ער אונגעקומען קיין טאהש פארשטייט זיך די רבי זי"ע האט מקרב געוועהן ווי יעדער האט זיך געדרייט אין געפרייט דארט ביז ער איז געווארן א שמש'ל אין נאכדעם צו דער פעזיציע פין זיין דער זאך.
ער האט זיך געדרייט ביים טאהש׳ע רבי זי״ע אלטס א רחמנות און דער גבאי הרב קליין ע״ה און די אנדערע גבאים האבן אים אויפגענומען אלטס א הויז בחור, ווען הרב קליין האט געפילט אז ער גייט גיין פון די וועלט האט ער אים אויפגענומען אלטס די עמטליכע הויפט גבאי אע״פ עס זענען געווען אסאך עלטערע פון אים וואס האבן זיך געדרייט ארום דעם רבי׳ן זי״ע (דאכצעך אז ר׳ משה איז נאך דעמאלטס אפילו געווען א בחור!!).
הרב קליין האט דאס געטון צוליב די איבערגעגעבענע געטריישאפט וואס ער האט געהאט צום רבי׳ן, א זאך וואס ווער עס האט נאר באזוכט טאהש קען מעיד זיין אויף דעם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 11:17 am
דורך איש עברי
רבי משה אין כנסת ישראל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:48 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]איש עברי[/tag] ?????? כזעה גוט?
שלום עליכם ברוכים הבאים בשם השם,
א שמחה אין שטעטעל עברי איז צירוק

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:01 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
איש עברי האט געשריבן:רבי משה אין כנסת ישראל
1 טרעק מיינדעד? אין יעדע סאבדשעקט דארף מען אריין פלאגען כנסת אדער ציונים?