קרוב צו 80 נייע ספרי תורה פאר יוצאי צבא בישראל הי"ו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

קרוב צו 80 נייע ספרי תורה פאר יוצאי צבא בישראל הי"ו

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אין די צייט וואס אידן אין גלות צערעמאניזירן יערליך - מיט מער אפגרעידטס און מארקעטינג סטראטעיגעס - די פטירה פון זייערע (עלטערן'ס) פארשטארבענעם רבי'ן, צו ס'איז באבוב, דעברעצין, סלונים, חוסט-צעהלים-פאפא, בעלזא סאטאמאר ספינקא (א ספעצילע קרעדיט פאר ר' אייזיק פארן איינפירן דרשות ביים קבר) [טאהש] סקולען, - האבן אידן אין אונזער צוגעזאגטע לאנד אפגעצייכענט א יאר פון די צוק-איתן געפאלענע קדושים שמסרו נפשם על קדושת ארץ ישראל ותושביה, 75 אין צאל. לכבוד נשמתם האט מען באנייט 75 נייע ספרי תורה ביים הארץ פון ארץ ישראל, די כותל המערבי. און מ'גייט זיי שפעיטער נוצען ביי די ארמיי בעיסעס יעדע שבת און בוהא בוהא
די מעמד איז באגלייט געווארן דורך די ראשי העדה, הן מצד הממשלה (מר בנימין ושרה נתניהו) והן מצד הרבנים שליט"א און די מלך החזנים שי אברמסן.
גאר התרגשות'דיג איז געווען ווען מ'האט ארויסגעברענגט א ספעציעלע ספר תורה וואס הרב שלמה גורן זצ"ל האט געהאלטן אין זיין ארעם ווען ער איז געקומען באזוכן דעם כותל גלייך ווען די גאולה האט זיך אנגעהויבן ביים ענדע פון די ניסימ'דיגע נצחון.
רוב ספרי תורה זענען געשריבן געווארן לויט די מסורה הנתונה לצאצאי ספרד, צוליב זייער קראנטשאפט אין מסורת התורה. און זענען באשיינד געווארן מיט גאר שיינע זילבערנע האלטערס און קרוינען.

קליפ'ס און בילדער
http://www.jdn.co.il/news/539206
http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=22087
https://www.youtube.com/watch?v=1N8KP3wCDJM
http://www.gruntig.net/2015/08/thousand ... .html#more
און נאך


פארוואס איך זאג דאס אייך? ווייל אין דער איד/בלאט/צייטונג/מאמענט/טריביון/דבר יום ביומו גוט וואך/שבת/מארגן וועט איר דאס נישט טרעפן באריכטעט
Under influence

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר