בלאט 1 פון 1
הניגון של משה'לע הקדוש
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 11:20 am
דורך moshav zekeinim
אלס א פייערדיגער חסיד פון מונה רוזנבלום'ס מוזיק זיך איך כסדר אינעם אינטערנעט איבער אים. איז מיר יעצט ארויף געקומען א נייער קליפ פון א זכרון מנחם קאנצערט (א מאדע ווי האסק אין ניו יארק). ווי דער שטייגער פון מונה ביי א קאנצערט הערט זיך די מוזיק אין א כאאס אשר לא יום ולא לילה מיט א לויזע הארמאניע און שרייערדיגער סאונד. אבער דאס איז מונה און פאר זיין מוזיק ווער איך ווילד.
דער קליפ הייבט זיך אן מיט א גרופע זינגערס אנגעטון ווי אויף פידל אן טע ראוו אידן. בראשם איז א זינגער וואס זיין נאמען איז מיר נישט באקאנט, די גרופע מיטן זינגער זינגען ווי פארצייטישע הויף זינגערס ביים פריץ, אבער דאך אפדעדעט מיטן לעצטיגן געשמאק פון צוואנציג יאר צוריק.
עס הייבט אן מיט א מעדלי פון ניגונים מיט וואס איך בין נישט באקאנט מיט קיין איינס פון זיי. מען דארף עס איבער הערן עטליכע מאל צוצוקומען צום געשמאק פון די ניגונים ובמיוחד המוזיקה של מונה וואס שרייט אריין זיין טעם.
אבער דעם אשכול האב איך געעפנט פאר די צווייטער העלפט פונעם קליפ. דער בעל מנגן דערציילט א סיפור פונעם בעל שם טוב זי"ע, ווי ער האט אין א כאטקע רחוק מן הישוב געטראפן א בעל בשר וואס עסט באופן מוגזם, און האט דערקלערט דעם בעל שם טוב אז זיין טאטע משה'לען האבן די היידמאקן פארברענט על קידוש השם, דעריבער עסט ער א סך ווייל טאמער וועט פאסירן אז קאזאקן וועלן אים פארברענען עקד"ה זאל ער נישט אזוי שנעל פארברענט ווערן. און, דער בעל שם טוב האט פון גרויס התפעלות זיך געווינטשן צו זיצן אין גן עדן מיט אים.
דער סיפור קומט באגלייט מיט א ניגון, וואס ווערט גערופען "הניגון של משה'לע", יעדער וויילע שטעלט זיך אפ דער בעל מספר און עמיצער פון די משוררים ווי פון א בת קול זינגט דעם ניגון, ביז ווען ביי די ענדע זינגען אלע צוזאמען מיט מונה'ס טראמפייטערס וועלעכע זענען מבלבל די עקסטאז כדרכו של מונה.
איך האב סיי די מעשה און סיי דעם ניגון קיינמאל נישט געהערט. אפשר איז דאס פון שלמה קארליבאך וואס פלעגט באקן מעשיות מיט ניגונים בבת אחת, און טאקע אויף דעם שטייגער.
יעדנפאלס, דער ניגון קען זיין א התלהבות'דיגער קומזיץ ניגון.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 11:23 am
דורך moshav zekeinim
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז א באקאנטע אלטע מעשה, לויט ווי איך געדענק האב איך עס אמאל געזעהן אין תולדות יעקב יוסף. (יא עזריאל קען אמאל לערנען תולדות)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:04 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב שוין געליינט די מעשה א שיינע פאר מאל אין אלטע ביכלעך, ופשוט שאינו מסיפורי שלמה קרליבך, אם כי אינו פשוט שאינו דומה לסיפורי שלמה קרליבך מיט איר אמת'דיגקייט...
======
עזריאל האקט ענדליך.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
די שאלה דא איז נאר אויף מושב, אויב האסטו -ווי די אליין זאגסט- קיינמאל נישט געהערט די מעשה, נו פארוואס מאכסטו עס תיכף אוועק? דארפסט עס נישט אנעמען אלץ אקוראט אמת, אבער דארפסט אויך נישט זאגן -ווי די אנשי מארמאראש- תיכף ביים הערן אז דאס איז ווי שלמה׳ס מעשיות. געב עס א טשענס, נישט אלעס וואס מ׳הערט דארף מען תיכף אוועקמאכן.
זיי נישט ווי דו וואס האבן מורא אז מ׳וועט זיי האלטן פאר נער אויב זיי גלייבן.....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:40 pm
דורך moshav zekeinim
קודם כל, מיין ציל מיט דעם אשכול איז בעיקר צו רעדן פון דעם פאיעטישקייט פון די מעשה צוזאמען מיט דעם ניגון. נאר וויבאלד די מעשה ווערט דארט דערציילט נוסח שלמה'לע מיט א ניגון אינדערמיט וואס ענדלט צו די תנועות פון שלמה'לען האב איך געקלערט אז ביידע זענען אפשר פון אים. גארנישט מיט אויפגעקלערטקייט צו טון.
עכ"פ אזוי פיל ווייס איך שוין אז די מעשה האט אן אלטער מקור. יעצט ווייסט איינער צו דער ניגון לרקע די מעשה איז פון שלמה'לען, אדער איז עס גאר טאקע א פארצייטישער ניגון וואס דער בעל שם טוב האט אריבערגעברענגט פון דעם צדיק הזולל.
בכל אופן, דער ניגון על רקע די מעשה האט געמאכט אויף מיר א שטארקער פאיעטישער רושם, און איך קלער אז דער ניגון קען זיין גאר שטארק ביי א קומזיץ.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:01 pm
דורך moshav zekeinim
אקעי, איך האב עס איבירגעהערט און יעצט כאפ ווי דער זינגער (???) זאגט אז דער ניגון האט ער אליין געשריבן.
Re: הניגון של משה'לע הקדוש
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:45 pm
דורך ירא שמים
וואו טרעפ איך מונה אין דעם קליפ ?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 4:00 pm
דורך moshav zekeinim
דער וואס פאכעט מיט די שטעקעלעך אין די לופט איז מונה. ער איז דעמאלס געווען א מודערנער מזרחיסט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:07 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:די שאלה דא איז נאר אויף מושב, אויב האסטו -ווי די אליין זאגסט- קיינמאל נישט געהערט די מעשה, נו פארוואס מאכסטו עס תיכף אוועק? דארפסט עס נישט אנעמען אלץ אקוראט אמת, אבער דארפסט אויך נישט זאגן -ווי די אנשי מארמאראש- תיכף ביים הערן אז דאס איז ווי שלמה׳ס מעשיות. געב עס א טשענס, נישט אלעס וואס מ׳הערט דארף מען תיכף אוועקמאכן.
זיי נישט ווי דו וואס האבן מורא אז מ׳וועט זיי האלטן פאר נער אויב זיי גלייבן.....
אבער איך בין מער נוטה צו גלייבן אז אט די מעשה, ווי א סאך מעשה'לעך און געשיכטעס ארום דעם בעש"ט הק' ותלמידיו זענען אריין אין די אידישע פאלקלאר. הגם זיי זענען זיסע מעשיות און זענען צומאל ווי באלזאם אויף די נשמה, איז דאך נישט מוכרח אז זיי זענען ווירקליך געשעען. אין די פארם ווי זיי ווערן פארציילט...!
Re: הניגון של משה'לע הקדוש
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 5:32 am
דורך היימישע יונגעל
moshav zekeinim האט געשריבן:אלס א פייערדיגער חסיד פון מונה רוזנבלום'ס מוזיק זיך איך כסדר אינעם אינטערנעט איבער אים. איז מיר יעצט ארויף געקומען א נייער קליפ פון א זכרון מנחם קאנצערט (א מאדע ווי האסק אין ניו יארק). ווי דער שטייגער פון מונה ביי א קאנצערט הערט זיך די מוזיק אין א כאאס אשר לא יום ולא לילה מיט א לויזע הארמאניע און שרייערדיגער סאונד. אבער דאס איז מונה און פאר זיין מוזיק ווער איך ווילד.
דער קליפ הייבט זיך אן מיט א גרופע זינגערס אנגעטון ווי אויף פידל אן טע ראוו אידן. בראשם איז א זינגער וואס זיין נאמען איז מיר נישט באקאנט, די גרופע מיטן זינגער זינגען ווי פארצייטישע הויף זינגערס ביים פריץ, אבער דאך אפדעדעט מיטן לעצטיגן געשמאק פון צוואנציג יאר צוריק.
עס הייבט אן מיט א מעדלי פון ניגונים מיט וואס איך בין נישט באקאנט מיט קיין איינס פון זיי. מען דארף עס איבער הערן עטליכע מאל צוצוקומען צום געשמאק פון די ניגונים ובמיוחד המוזיקה של מונה וואס שרייט אריין זיין טעם.
אבער דעם אשכול האב איך געעפנט פאר די צווייטער העלפט פונעם קליפ. דער בעל מנגן דערציילט א סיפור פונעם בעל שם טוב זי"ע, ווי ער האט אין א כאטקע רחוק מן הישוב געטראפן א בעל בשר וואס עסט באופן מוגזם, און האט דערקלערט דעם בעל שם טוב אז זיין טאטע משה'לען האבן די היידמאקן פארברענט על קידוש השם, דעריבער עסט ער א סך ווייל טאמער וועט פאסירן אז קאזאקן וועלן אים פארברענען עקד"ה זאל ער נישט אזוי שנעל פארברענט ווערן. און, דער בעל שם טוב האט פון גרויס התפעלות זיך געווינטשן צו זיצן אין גן עדן מיט אים.
דער סיפור קומט באגלייט מיט א ניגון, וואס ווערט גערופען "הניגון של משה'לע", יעדער וויילע שטעלט זיך אפ דער בעל מספר און עמיצער פון די משוררים ווי פון א בת קול זינגט דעם ניגון, ביז ווען ביי די ענדע זינגען אלע צוזאמען מיט מונה'ס טראמפייטערס וועלעכע זענען מבלבל די עקסטאז כדרכו של מונה.
איך האב סיי די מעשה און סיי דעם ניגון קיינמאל נישט געהערט. אפשר איז דאס פון שלמה קארליבאך וואס פלעגט באקן מעשיות מיט ניגונים בבת אחת, און טאקע אויף דעם שטייגער.
יעדנפאלס, דער ניגון קען זיין א התלהבות'דיגער קומזיץ ניגון.
דאכט זיך מיר אז די זינגער איז מארטן דעווידסאן ,די אשת חיל איז זיינס א קאמפאזיציע בעני פרידמאן זינגט דאס אויף זיין אלבום בני היכלא.
פליז ארויף לייגען דעם קליפ
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:51 am
דורך אהבת ישראל
איך בין געבלאקט פין יוטויב קען פליז איינער ארויף לייגען דעם קליפ אויף אן אופן אז איך זאל דאס אויך קענען זען ??? ייש"כ
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:04 pm
דורך ירא שמים
וואס טוט מען נישט פאר א בעל [tag]אהבת ישראל[/tag]
דא האסטואון ביטע דאונלאוד עס ווייל כווייס נישט ווילאנג כוועל עס דארט האלטן .