בלאט 1 פון 4

בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי סאטמאר

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 9:39 pm
דורך ליפא
בארה"ב נפטר בשבת פתאומי הרה"ג ר' ארי' לייביש טייטלבוים ז"ל ( בן 59) דומ"ץ בקהל יטב לב מהר''א וויליאמסבורג ורב ביהמ"ד ויואל משה

rps20150815_213804.jpg
rps20150815_213804.jpg (124.97 KiB) געזען געווארן 4313 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 9:40 pm
דורך פליקער
א שרעק, ווי איז ער געוועין דיין

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 9:49 pm
דורך ליפא
אין קאנטרי איחוד.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
שרעקליך!! געוועהן זייער א אנגענעמע וואוילע מענטש. כ'האב עטליכע מאל שיין פארברענגט מיט אים.

געוואלד און געשריגען!!

צו יונג
צו יונג

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:01 pm
דורך קאווע טרינקער
אוטש. ס'ציפט.
אן ערליכע איד מיט א ברייטע שמייכעל.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:21 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:בארה"ב נפטר בשבת פתאומי הרה"ג ר' ארי' לייביש טייטלבוים ז"ל (בן 59) דומ"ץ בקהל יטב לב מהר''א וויליאמסבורג ורב ביהמ"ד ויואל משה

נישט אז עס נעמט אוועק פון די צער און ווייטאג, אבער ער איז געווען בערך 64-63.
א בא׳טעם׳טע ערליכע יוד, יהא זכרו ברוך, ובלע המות לנצח ומחה ה׳ דמעה מעל כל פנים.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:נישט אז עס נעמט אוועק פון די צער און ווייטאג, אבער ער איז

????????????????

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:בארה"ב נפטר בשבת פתאומי הרה"ג ר' ארי' לייביש טייטלבוים ז"ל (בן 59) דומ"ץ בקהל יטב לב מהר''א וויליאמסבורג ורב ביהמ"ד ויואל משה

נישט אז עס נעמט אוועק פון די צער און ווייטאג, אבער ער איז געווען בערך 64-63.
א בא׳טעם׳טע ערליכע יוד, יהא זכרו ברוך, ובלע המות לנצח ומחה ה׳ דמעה מעל כל פנים.

????????????????

פונקטליך וואס פרעגסטו זרילי?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:30 pm
דורך [NAMELESS]
א ריכטיגער תלמיד חכם געזיצן געהארעוואט אויף די תורה הקדושה אין כולל מיט חברותות פאר אריבער 45 יאר עד יומו האחרון אפי' נאכן קריגן די דיינות פאסטן אין ווילימסבורג זייענדיג די דיין אין ביהמ"דר ויואל משה באוויסט אלס די ביהמ"דר ווי מען דאווענט און שמועסן איז שטרענג פארבאטן, און דאס האט געצויגען יעדע פרומע פון קהילת מהר"א, און אומאופציאל איז ער געווען די דיין אין די קהילה אין ווילימסבורג,
און האבענדיג זיין פאסטן האט ער זיכער געמעגט אויפגעבן לערנען אין כולל, אבער זייענדיג דבוק צו די תורה און זיך אויסגעלאכט פון די נארישע כבוד ענינים איז ער געבליבן שווימען אין די ים התלמוד עד זיבולא בתרייתא,
דאס איז א געוואלדיגע בראך פאר די שטאט ווילימסבורג פארלירענדיג אזא תורה ריז אין אזא אינגע עלטער אזוי פלוצלינג

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
האט ער זוכה געוועהן נפטר צו ווערן טאקע אין איחוד ווי ער איז שוין געטריי משמש אלץ דיין אזויפיל יאהרן, און וועט האבן זיין לויה ביי די גרויסע ביהמ"ד ווי ער האט געפירט און געהארעוועט אין תורה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:42 pm
דורך וויליאמסבורגער
א ביטערע פארלוסט פאר וויליאמסבורג און סאטמאר מהר"א. ר' לייבוש ז"ל איז געווען א ריכטיגער נוח לשמים ונוח לבריות, מיט זיין זיסע שמייכל, אנגענעמקייט און גדלות בתורה.

עס איז כדי אנצומערקן אז ער איז געווארן רב אין ביהמ"ד ויואל משה אין וויליאמסבורג נאכדעם וואס עס איז געווען וואלן און ר' לייבוש האט אנגעצויגן די מערסטע שטימען. (אויב געדענק איך גוט איז הרה"ג ר' קלמן יושע באב"ד געלאפן קעגן אים)

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
איין יאר זומער בין איך אריינגעפאלן דארטן אין בית מדרש, איך האב באטראכט דעם איד׳ס סדר היום, ער האט געהארעוועט אויף די תורה בלי גוזמא, גענטפערט שאלות פאר אינגעלייט, מכבד געווען עלטערע אידן, געגריסט דעם עולם מורא׳דיג פריינטליך, דערנאך איז ער געגאנגען שפאצירן מיט זיין שווער ( דער שיניאווער), ער האט איבערגעלאזט זייער א גוטער רושם אין מיינע אויגן.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
פון די קעפל זעהט אויס ווי ער איז געווען א 9 וואכענדיגע דיין, ווען אין פאקט איז ער געווען די ערשטע דיין אין קהילת מהר''א ווילימסבורג

Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:01 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:09 pm
דורך קאווע טרינקער
סאטמארע חברה קדישא וואלט שוין געמעגט גיין digital און הענגען מער בכבודדיגע מודעות.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:14 pm
דורך דריידל
עמעזאן האט געשריבן:פון די קעפל זעהט אויס ווי ער איז געווען א 9 וואכענדיגע דיין, ווען אין פאקט איז ער געווען די ערשטע דיין אין קהילת מהר''א ווילימסבורג


כפי זכרוני איז ער ערשט אויפגענומן געווארן אלץ דומ"ץ אין איחוד קאנטרי און הערשט שפעטער אין וומ"ס.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:16 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:סאטמארע חברה קדישא וואלט שוין געמעגט גיין digital און הענגען מער בכבודדיגע מודעות.

ניין: ס'איז מער היימיש און געשמאק. אויך ווייזט דאס אויף מסורה. ס'א שיינע זאך...!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:24 pm
דורך [NAMELESS]
ווי ווייט איך ווייס איז הרה״ג רבי לייביש זצ״ל געווען אלט (יונג...) 64-63 בערך און אזוי האב איך דא פריער געשריבן, איז אבער געקומען דער [tag]עזריאל[/tag] און האט געשריבן נישט מער און נישט ווייניגער פון 16 פראגע צייכענעס (כזה: ?), ווילעך פרעגן, ווייסט איינער דא ווי אלט ער איז געווען?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:31 pm
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס איז הרה״ג רבי לייביש זצ״ל געווען אלט (יונג...) 64-63 בערך און אזוי האב איך דא פריער געשריבן, איז אבער געקומען דער [tag]עזריאל[/tag] און האט געשריבן נישט מער און נישט ווייניגער פון 16 פראגע צייכענעס (כזה: ?), ווילעך פרעגן, ווייסט איינער דא ווי אלט ער איז געווען?

און דו האסט געציילט... :lol:

Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
מ'גרייט אן די ביהמ"ד אין איחוד פאר די לויה
בילד

Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
ביזי מיט די מקוה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:44 pm
דורך shem-tov
וואס איז די שרעקעדיגע פיקטשער

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:47 pm
דורך [NAMELESS]
טריקענט אפ די בור