לאמיר שמועסן אינדרויסן פאר א מינוט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2024 מאל

לאמיר שמועסן אינדרויסן פאר א מינוט

שליחה דורך ריכטיג »

אמאל מאכט זיך מ'וויל מעיר זיין אויף עפעס וואס איינער האט פערצופאל געשריבן אין מאחורי, אבער די נושא איז עפעס וואס ס'איז כדאי צו ווערן אויסגעשמועסט מלפני מיט א גרעסערע עולם. עפן איך אן אשכול דערפאר.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כנראה כאפט מען נישט. מ'דארף טאקע עפענען אן אשכול וועגען די אלע זאכען וואס מ'ווייסט נישט איינער אויף די צווייטע.
אין די היסטוריא פון לעיקוואוד, האט עס אלס געהייסען אז דער שוואכער יונגערמאן ווערט א פוסק. קיין שום בעל כשרון, למדן, אויסגע'ארבעטע תלמיד חכם האט געהאלטען ביים זיך אריינלייגען אין פסק. די וואס האבען עס יא געטוהן זענען געווען די יעקישע סארט פארשטאפטע קעפ. דעריבער האט עס אזא פנים.
אבער ר' שלמה מילר, וואס האט טאקע אלס געשעמ'ט אלס למדן, האט געברענגט א שטיקל נייע גייסט אין דעם הינזיכט, און היינט אפילו א שטאפעל העכער האלט ביים לערנען פסק. בפרט פשוט'ער הלכות שבת וכדו' הייסט נאכאלס א בזיון. אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, ד.ה. אפלערנען לאמדיש א סוגיא און דאס ברענגען ביז צו די גדולי הפוסקים, האט א חשיבות ביי חשוב'ער בעלי כשרונות און ת''ח, אבער די חברה ווערען נישט און ווילען נישט ווערען פוסקים צו מו''צען


אזוי ווי דו שרייבסט אז מ'דארף טאקע עפענען אן אשכול אויף קולטור שינויים בין העדות, אבער יעצט וויל איך פרעגן בלויז אויף די נקודה. וויאזוי איז טאקע געווארן אזא זלזול להורות בני ישראל כפשוטו? פארוואס דאס וואס האט געפאסט פאר דוד המלך איז א בזיון פאר א חשוב'ער לעיקוואדער אינגערמאן? פארוואס האט ר' משה פיינשטיין געקענט ענטפערן די זמן הדלקת הנרות פאר פרויען וואס האבן איהם גערופן, און פארן היינטיגן בן תורה איז דאס נחית דרגא? אינטרעסאנט צו באמערקן אז דאס איז בלויז אן אמעריקאנער קרענק, אין ארץ ישראל און אין אייראפע איז פארהאן א שפע פון ליטווישע יושבין על מדון. [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר