בלאט 1 פון 1

איז אפשר דא מער יומאר טאלאנט ביי די פרומע שיכטן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:36 pm
דורך ליפא
אויף איי-וועלט ווערט ארויפגעשטעלט אסאך יומארישע ארטיקלן אראפגעשריבן לאכעדיג מיט טאלאנט, עטליכע ארטיקלן אזעלכע א טאג איז א נארמאלע ערשיינונג. איז מיר שווער געווארן פארוואס דארט מער ווי דא? איז עס אפשר א באווייז אז ווי מער פרום אלס בעסער און מער בשמחה שעפעריש איז מען? דא פאלט אויך אמאל אריין א גוטס און מען ווערט צולאזט, דאס איז אבער אן אויסנאם. איך ליין דא מער ווי דארט, דא איז מער מיין סטייל. אבער איז עס פקודי ה' ישרים משמחי לב?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
לשיטתך איז פארהאן די גרעסטע דאסידזש פון יומער גאר ביי יאוואזשנע רב'ס של"ש תורה. :D

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:11 pm
דורך smart
ליפא האט געשריבן:אויף איי-וועלט ווערט ארויפגעשטעלט אסאך יומארישע ארטיקלן אראפגעשריבן לאכעדיג מיט טאלאנט, עטליכע ארטיקלן אזעלכע א טאג איז א נארמאלע ערשיינונג. איז מיר שווער געווארן פארוואס דארט מער ווי דא? איז עס אפשר א באווייז אז ווי מער פרום אלס בעסער און מער בשמחה שעפעריש איז מען? דא פאלט אויך אמאל אריין א גוטס און מען ווערט צולאזט, דאס איז אבער אן אויסנאם. איך ליין דא מער ווי דארט, דא איז מער מיין סטייל. אבער איז עס פקודי ה' ישרים משמחי לב?

פארנאטישקייט ברענגט צו קארני'סים...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב יעצט גערעדט מיט סאכדעס זיי זאגן אז זיי געבן נישט קיין הכשר אויף די אשכול.
בעסיקלי אויף די אנדערע ליפא פרדוקטן געבן זיי א פולע הכשר, זיי זאגן אז ס׳איז כשר וישר למהדרין ובפרט די פארטאגס אשכול וואס איז טאפ אוו די ליין, אבער דער אשכול איז נישא אונטערן סאכדעס הכשר.
ויאכלו ענוים וישבעו

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:14 am
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:לשיטתך איז פארהאן די גרעסטע דאסידזש פון יומער גאר ביי יאוואזשנע רב'ס של"ש תורה. :D

עזריאל האט געשריבן:איך האב יעצט גערעדט מיט סאכדעס זיי זאגן אז זיי געבן נישט קיין הכשר אויף די אשכול.
בעסיקלי אויף די אנדערע ליפא פרדוקטן געבן זיי א פולע הכשר, זיי זאגן אז ס׳איז כשר וישר למהדרין ובפרט די פארטאגס אשכול וואס איז טאפ אוו די ליין, אבער דער אשכול איז נישא אונטערן סאכדעס הכשר.
ויאכלו ענוים וישבעו

[tag]ליפא[/tag], כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט.
דא אליינס האסטו שוין אפאר גוטע ליצנות'לעך אין אט דעם אשכול וואס רעדט זיך אפ אז ס'פעלט פרישקייט ביי אונז...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:33 am
דורך ליפא
איך האב דירעקט געמיינט ארטיקלן. נישט תגובות. יעדע ארטיקל קומט מיט חידוש פון א געדאנק וואס מ'צונעמט אויף א לאנגס און א ברייט'ס.

Re: איז אפשר דא מער יומאר טאלאנט ביי די פרומע שיכטן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:55 pm
דורך טאמבל סאס
ווען מ'האט נישט פון עפעס אנדערש צו רעדן ווייל אלץ איז אסור, פארנעמט ליצנות די אויבן אן. ווי אויך איז ליצנות איבער די מאס א מאניפעסטאציע פון א טיפע מעלאנכאליע אדער אנדערע פראבלעמען פון וועלכע מ'זוכט צו אנטלויפן. חוץ מזה, אז כ'גיי שוין יא אנברענגען צייט זאל עס כאטש זיין סטימוליזירנד.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:55 pm
דורך יעקב מענטש
איז אזוי,

דארט איז גראדע דא אסאך גוט הומאר שרייבערס, און אסאך זייער קארני שרייבערס, (שווער צו זאגן א הגדרה וואס איז קארני און וואס איז גוט, ווייל הומאר קלאפט אויס ביי יעדעם אנדערש, למשל איך קען נישט לאכן פון דזשאן סטוארט בלויז ווייל ער זאגט דעם שם הידוע 500 מאל אין איין סעגמענט, אבער צוויי מיליאן גוים קענען נישט צו זיך קומען פון געלעכטער,)

דא איז כמעט נישט דא פון די סארט ארטיקלען. דא איז נאר גאנגבאר איין מין ליצנות (עפ"י רוב), מאכן חוזק, ס'קען זיין פון א מין מענטש, אדער א ניק, אדער עפעס א תמימות,
וועגן דעם איז אלעס עפ"י רוב קורצע תגובהל'ך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:53 am
דורך שמעקעדיג
וויפיל אויף אייוועלט קענען זיך פארמעסטן מיט אונזער יואב? אדער קופרניקוס ז"ל?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:20 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:וויפיל אויף אייוועלט קענען זיך פארמעסטן מיט אונזער [tag]יואב[/tag]? אדער קופרניקוס ז"ל?

און פון משה געציל זצוק"ל האסטו אינגאנצן פארגעסן!
און ווער רעדט נאך פון יבחלט"א הרה"ק [tag]אפטעמיסט[/tag] שליט"א!

ב"ה, לא אלמן ישראל, ולא אנשי קאווע שטיבל יתומים...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:45 pm
דורך ליפא
מיט א ז''ל און מיט איינער וואס שרייבט צוויי מאל א יאר דארף מען זיך נישט פארמעסטן, מיר האבן גארנישט דערפון. איך האב טאקע געשריבן אז ''דא פאלט אויך אמאל אריין א גוטס און מ'ווערט צולאזט אבער דאס איז אן אויסנאם''

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:54 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:מיט א ז''ל און מיט איינער וואס שרייבט צוויי מאל א יאר דארף מען זיך נישט פארמעסטן, מיר האבן גארנישט דערפון. איך האב טאקע געשריבן אז ''דא פאלט אויך אמאל אריין א גוטס און מ'ווערט צולאזט אבער דאס איז אן אויסנאם''

אבער וואס זאגסטו צו די שליט״א׳ס פון דא אין שטיבל, זיי זענען דאך נישט אוועקצומאכן?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:57 pm
דורך ירח בן יומו
אלע זענענן שוין מיט איין פיס אויווען. מ'האט שוין געלאזט שרייבן מציבות.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:35 pm
דורך געוואלדיג
עה, דאס א בחינה פון מכבדו בחייו :D