בלאט 1 פון 2
וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:47 pm
דורך lazar
אין ליכט פון די טאהשע מציבה סעמוטאכע עפן איך דעם אשכול צו הערן דעם דעת הציבור וואס איר וואלט געוואלט ס'זאל שטיין אויף אייער מציבה.
איך למשל האב געשריבן אין מיין צוואה אז ס'זאל שטיין ווי פאלגענד:
פ"נ
ר' אליעזר בן ר' ------- ---- ע"ה
נפ' -- לחודש -- שנת -- לפ"ק
תנצב"ה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:55 pm
דורך קאווע טרינקער
Beloved dad, zaidy
Kave Ben Trinker
[picture]
DATE
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:57 pm
דורך יואב
ביי מיר קען מען פירקלען מיין נאמען בן מיין טאטע מיט א מעדשיק-מארקער אויף א קליין קרום הילצל וואס זאל ליגן איינגעשטעקט איבער מיין זעקל תיפח'דיגע עצמות כאטש א טפח העכער דער ערד.
בד"וו, קאנגרעטיולעישאנס פאר'ן שרייבן דיין צוואה. מיר איז דאס נאך דערווייל נישט בייגעפאלן צו לאזן שרייבן.
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:58 pm
דורך [NAMELESS]
דו האסט ארויסגענימען א ליעס ביז דו האסט אייניקלעך?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:58 pm
דורך שמעון וואלף
ווי איז דאס דערהערט געווארן אז א פשוטע קאווע שטיבל שרייבר נעמט זיך די טיטול ר'. די אבות און שבטי י-ה קען מען רופן ביים נאמען אן א טיטול און לעזער פון ק"ש באוואשט זיך מיט טיטלן כאחד הגדולים. אפילו בן עזאי און בן זומא האבן נישט באקומען די טיטול ר' און אויך ביזן לעצטן דור האט מען זיך נישט געווארפן דערמיט ווי מ'זעהט ביים קלויזענבורגער רב ז"ל.
הער מיך אויס לעזער. א מצבה איז נישט קיין תגובה אין ק"ש. מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט ס'זאל נישט ברענגן צער פאר די נשמה.
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:04 pm
דורך mevakesh
ביי מיר זאל מען שרייבען
פה נטמן מבקש
אחר חיים של בקשה
בסוף הגיע אל המטרה...
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:07 pm
דורך דריידל
lazar האט געשריבן:אין ליכט פון די טאהשע מציבה סעמוטאכע עפן איך דעם אשכול צו הערן דעם דעת הציבור וואס איר וואלט געוואלט ס'זאל שטיין אויף אייער מציבה.
איך למשל האב געשריבן אין מיין צוואה אז ס'זאל שטיין ווי פאלגענד:
פ"נ
ר' אליעזר בן ר' ------- ---- ע"ה
נפ' -- לחודש -- שנת -- לפ"ק
תנצב"ה
מילא דיר אבער פארוואס פארגינסטי נישט מער טיטלען פאר דיין טאטע?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:08 pm
דורך lazar
ברא כרעא דאבוה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:51 pm
דורך הוגה
[justify]איך בין מצווה מיט א א קנין סודר בקאגס ובמנא דאפשר למקניא ביה, פאר דרייצן עדים כמנין שבטי י-ה, בנדר וחרם בצוואת שכיב מרע ובהוצאת ז"ל, מען זאל שרייבן אויף מיין מציבה אלע טיטלן, לשונונות און קאפריזן וואס עס שטייט אויף די
מציבות הקדושים הנזכרים כאן, און אונטען זאל מען צולייגן בזה"ל,
"נוסח המציבה נכתב ע"פ צוואתו". איך ווארן אן מיט די שארפסטע לשונות אז מען זאל ח"ו נישט מאכן קיין שום קונצן און בשום פנים ואופן נישט משנה זיין קיין כהוא זה, און אז דער וואס וועט מיר נישט פאלגן וועל איך נישט מוחל זיין בזה ובבא. געדענקט אז זיך טשעפענען מיט א בר מינן איז נישט קיין קינדער שפיל! ולמזהיר ולנזהר...
נ.ב. בנוגע די צער פאר די נשמה, איך בין עס גערן מקבל אויף מיר אלץ א כפרה אויף דעם וואס איך האב געשלאגן מיין מאמע ווען איך האב געזייגט פון איר אלץ בעיבי.
.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:07 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
יואב האט געשריבן:ביי מיר קען מען פירקלען מיין נאמען בן מיין טאטע מיט א מעדשיק-מארקער אויף א קליין קרום הילצל וואס זאל ליגן איינגעשטעקט איבער מיין זעקל תיפח'דיגע עצמות כאטש א טפח העכער דער ערד.
בד"וו, קאנגרעטיולעישאנס פאר'ן שרייבן דיין צוואה. מיר איז דאס נאך דערווייל נישט בייגעפאלן צו לאזן שרייבן.
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
מיין נישט אז מ׳פרעגט דיר אסאך. האסט גארנישט דערלייגט פון נישט שרייבען. ווען מ׳ וויל זאגען פאר איינעם אז מ׳פרעגט איהם נישט באנוצט מען זיך מיטל לשון ״איך האב דיר און דער ערד״ שטעלט אייך פאר ווען איינער איז טאקע אין די ערד וויפיעל מ׳רעבענט זיך מיט זיין פירקלערייען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:24 pm
דורך צדיק נסתר
[center]אויף מיין מציבה זאל מען שרייבן
(רינדעכיג)
פה נטמן ונגנז ארון הקודש צדיק יסוד עולם
(פון די צוויי זייטן אויסגעקריצט צוויי ליכט)
אוי מה היה לנו כי חטאנו בפטירת האי חסידא ופרישא כחד משרפי מעלה אספקלריא המאירה
בצלו נחיה בגוים אמרנו ועתה חסרנו כל אלה בהלקח מאתנו האי סבא קדישא מנורה הטהורה
רם על כל רמים גבוה על כל גבוהים משכמו ולמעלה כמלאך ה' צבאות אבידה שאין לה תמורה
הרבה יותר ממה שכתוב כאן מוטל כאן וזהו רק מקצת מן מקצת שבשבחיו שהם לו נזר ועטרה
מעודו היה נחבא אל הכלים וצדיק נסתר מל"ו צדיקים והיה הראש והמנהיג של האי סגל חבורה
איש אלהים קדוש הוא, אשרי עין ראתהו, צדיק נשגב עטרת תפארת ישראל, ראש גולת אריאל, יחיד בדורו בצדקתו, על כל הדור הגין זכותו, מי ימלל תוקף תהלות תפארתו, כבוד קדושת שמו תפארתו
מרן קודש הקדשים אדונינו מורינו ורבינו
הצדיק נסתר רבי אברהם זצוקלה"ה זיע"א
בן החסיד המפורסם ירא אלקים מנעוריו מוה"ר אפרים אליהו זללה"ה
היה הראש והמנהיג של הל"ו צדיקים שבדורו
השאיר אחריו ברכה חיבורים יקרים בכל מכמני התורה בנגלה ובנסתר
ואשרי האיש אשר ישתדל להדפיסם ולהפיצם על פני תבל
יצאה נשמתו בקדושה ובטהרה ביום .. לחודש .... שנת .... לפ"ק
תורתו מגן לנו, הוא ימליץ טוב בעדינו[/center]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 5:11 pm
דורך שעפטל
[tag]צדיק נסתר[/tag] איך מוז דיר געבן קרעדיט, האסטעך נאך גאנץ גוט איינגעהאלטן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 5:29 pm
דורך [NAMELESS]
[center]און אויף מיין מציבה זאל מען שרייבן
פה נטמן ונגנז המריב הגדול משקרנא דאומתיה
(פון די צוויי זייטן אויסגעקריצט דער סימבאל פון 'פיראטן')
שוטה ודל המעש וגס רוח
שיכור מטונף גם ריחו סרוח
משוקץ ומתועב גם משוגע
שכלו רק בהבלי העולם יגע
זד ארור היה גם נגע ופגע
רשע זה ממנו מי לא נפגע
ה"ה מרן רבי אדנירם זצוקללה"ה זיע"א
בן מוה"ר בר ששת ז"ל
היה הראש והמנהיג של הליסטים שבדורו ונקרא 'ריש לקותא'
השאיר אחריו הרוגים ופצועים בכל העולם כולו
ואשרי האיש אשר ישתדל לילך בדרכיו על פני תבל
יצאה נשמתו בתפילת 'בקשתי ובחרבי' ביום .. לחודש .... שנת .... לפ"ק
- נוסח המצבה ע"פ בקשת מכיריו, שלא כבקשת הנפטר הדגול זצוקללה"ה -[/center]
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:52 pm
דורך טאמבל סאס
"מעפר באת ואל עפר תשוב"
פה נטמן טאמבל סאס ע"ה כעת
ע"י משפחתו וידידיו שהלכו גם הם לעולמם בעדו
תאמבל.ניבלט.צוויקל.בארשט.היינט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:16 pm
דורך געוואלדיג
אלעס האט געלוינט פאר [tag]הוגה[/tag]'ס נייע אוואטאר,
עס זעהט ממש אויס ווי ענק רעדן זיך איין אז איינער פרעגט ענק אפילו, א פייג ווארט'ס נאר ווארט וואס מען וועט אלס שרייבן אויף אייך, נאר איין וואונדער האב איך אז קיינער פון ענק האט נישט אויגערעכנט צווישן די שבחים היה כתבא רבא בחדר הקאפי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:53 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:ווי איז דאס דערהערט געווארן אז א פשוטע קאווע שטיבל שרייבר נעמט זיך די טיטול ר'. די אבות און שבטי י-ה קען מען רופן ביים נאמען אן א טיטול און לעזער פון ק"ש באוואשט זיך מיט טיטלן כאחד הגדולים. אפילו בן עזאי און בן זומא האבן נישט באקומען די טיטול ר' און אויך ביזן לעצטן דור האט מען זיך נישט געווארפן דערמיט ווי מ'זעהט ביים קלויזענבורגער רב ז"ל.
הער מיך אויס לעזער. א מצבה איז נישט קיין תגובה אין ק"ש. מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט ס'זאל נישט ברענגן צער פאר די נשמה.
שמעון וואלף:...און א געלעכטער ביי די באזוכער...אשטייגער ווי די באזוכער ביי מיין מצבה...הי' תלמיד חכם גדול, ענוותן ושפל ברך לא פסיק פומיה מגירסא יומם ולילה. שייף עייל, שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...איין קאמפלימענט מיין איך איז יא אמת...עסק ב'קאווע שטיבל רוב שעות במעל"ע...

Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כ'מיין, אין טויזענט יאר ארום וועט מען טרעפען אונזער מצבות. ווילסט נישט העלפען די דעמאלסדיגע ארכע'אלאגען מיט אביסל אינפארמאצי''ע. נולד כאן, עסק בזה וזה, רשם על הקלוגע פאון כל הגיגותיו, איידעם פון א דריטען. אזוי וועלען זיי זיך מוטשען וואס איז א קלוגע פאון, ווי איז 'מאנטשעסטער' און וואס פאר א ארבעט איז 'יושב בטל' און וויפיל געלט מאכט מען דערפון. ס'וועט זיך דרוקען ביכער מסביר צו זיין, א צווייטע וועט קומען אפשלאגען, א דריטע וועט צונעמען דער סמיכת חכמים פון די ערשטע צוויי. בקיצור ליהודים. די אלע וואס ווילען נאר שרייבען 'אין כניסה לכהנים' טו'ען א גרויסע עוולה צו זייער אייניקלאך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:45 pm
דורך ליפא
mevakesh האט געשריבן:ביי מיר זאל מען שרייבען
פה נטמן מבקש
אחר חיים של בקשה
בסוף הגיע אל המטרה...
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
?so your stone would look somethig like this
[center]
פה נטמן מבקש
אחר חיים של
בקשה
בסוף הגיע אל המטרה...[/center]
[center]Sent from
my DROID
Pro using
Tapatalk 2[/center]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:25 pm
דורך זעמיל מילכיגער
מערצע שעם אויף מיין מארמאויענע שטיין וועט שטיין אויסגעקריצט: אלע גראסעריס ווי איך פלעג איינקויפן, גענוי וועלכע סייז שיך, און ווי איך האב געקויפט מיין רעקל.....
איינמאל אזא נוסח מצבה גייט אריין אין קראפט, גייען מיר נאר פארדינען פון דעם, גרעסערע בעלי משפחות וועט מען זיך רייסן אין וועלכע געשעפטן ער זאל איינהאנדלען, און שטייצעך צובאקומען הנחות, ווער וויל דען נישט א עדוועטייזמענט פאר צענדליגע אייניקלעך וואס וועלן ערליך פוקד זיין דעם זיידנ'ס ציון עטליכע מאל אין יאר, אפגערעדט פון די מציבה וואס וועט געספאנסערט ווערן דורך געשעפטסלייט וואס וועט וועלן אז זייער נאמען זאל נישט סתם ארויסשטיין אין ר"ת, עכ"פ סוועט זיין א עולם השלם, די קינדער וועט עס נישט קאסטן אזויפיל געלט די לייטזעליגער פאטערס טויט, די געשעפטן וועלן נישט קלאגן נאך זייער קונדען, אדרבה...
קינדער וועט ווייטער זיין א פראבלעם וואס צו שרייבן, אפשר וועלכע קאמפאניע ווינדלען זיי זענען געגאנגען?!?!....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:52 am
דורך רוסישער
איך וויל א
QR CODE וואס גיט א דירעקטער לינק צו אלע מיינע הודעות אין ק"ש
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:23 am
דורך מבקר
[center]פ"נ[/center]
[center]האישה הפרוצה[/center]
[center]
זנות ואלכוהול כל ימיה[/center]
[center]
וכל לילי השבוע פתוחה דלתיה[/center]
[center]
נרדמה בצער באשמורת[/center]
[center]
הימים שינתה כשיכורת[/center]
אשה בזנות התאבדה בבית הבושת בו עבדה וחיה שנים ארוכות
כבר היה לעולמים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 11:41 am
דורך ירח בן יומו

- מציבה.jpg (55.56 KiB) געזען געווארן 2419 מאל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 11:58 am
דורך רויטע וואנצעס
viewtopic.php?p=172627#p172627רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב מיין גן עדן איז לכבוד קאווע שטיבל איז נישט מער ווי יושר מיין מציבה זאל אויסזעהן עפעס אזוי:
[center]פ"נ
חברינו היקר משותי הקפה תדירים
רויטע בן ווייסע וואנצעס
ראנג: ידיד השטיבל ישכון לבטח
הודעות (חידושים בכתב יד): *****
זיך רעגיסטרירט: (ווירטואלע יארצייט) דאנערשטאג יוני 27,
געפינט זיך: אין דער ערד.
האט שוין געלייקט: **** מאל
האט שוין באקומען לייקס: **** מאל
יהא רעוא שהלייקים יהיו מליצי יושר לפניו, ויזכה לקום בתחיית הניקים בב"א[/center]