איז הפלגה באמת נישט גוט פאר אונז?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:39 pm
[justify]טראכט אריין פון א סעקולארע גוי, וויפול געזעלשאפטליכע סביבות גייען דורך פאר זיינע אויגן אין זיין לעבן, נעמט א קינד וואס וואקסט אויף אין דאונטאון מאנהעטן, זיין טאטע קומט פון ברוקלין זיין מאמע פון א סאבורב אין אפסטעיט, האלט מען שוין ביי דריי באזונדערע סביבות פון וואס ער ווייסט, יעצט ווייטער ווען דער קינד קומט אין די יארן מען שיקט אים אין סקול וועלן די קינדער דארט לאו דוקא זיין אלע פון זיין קאמיוניטי, נאר ענדערש ווען זיין א צוזאממיש מרחבי מאנהעטן קינדער פון פון פארשידענע עלטערן וואס משום איזה סיבה האבן זיי אויסגעקליבן די סקול, האט ער שוין נאך א באזונדערע סביבה אנדערש ווי זיין אריגינעלע, און אזוי ווייטער אין היי סקול קאלידז, וועט ער זיך כסדר אנטרעפן אין פארשידענארטיגע מענטשן פון פארשידענע בעקגראונדס און שטרעמונגען, ועל כולם אפילו ווען ער סעטלט זיך און טרעפט זיין באשערטע (באליבטע) און האט חתונה וועט ער נאכאלץ בלייבן פארבונדען מיט עטליכע פארשידענע סביבות, ער וואוינט מיט זיין ווייב און זיינע שכנים, און ער האט חברים פון די באר און מיטארבעטער פון ביזנעס, יעדע קבוצה פון זיי פארמירן א אנדערע מין סביבה,
וואס איז די מעלה דערפון? איך מיין אז עס איז צוויפאכיג, איינס, א מענטש איז צו קאמפליצירט אים אראפצינאגלען צו איין ספעציפישע סביבה, אפילו אויב בדרך כלל שטימט די סביבה מיט זיינע נטיעות און רצונות, מאכט זיך צומאל אז עס שפראצט ארויס א נטיעה צו גיין אנדערש אביסל, אדער זיך סתם אויסגעבן אויף א אנדערע וועג און צוליב די סביבה מוז ער דאס אונטערדרוקען,
נאך א נקודה, א מענטש האט פאר זיך כמה וכמה דרכים וויאזוי ער קען אויסשטעלן זיין לעבן, אויב לעבט מען אין איין ספעציפישע סביבה איז זייער שווער ריכטיג צו באשלוסן און צו רעפלעקטן אויף די פארשידענע אויסוואלען וואס ער האט אין לעבן, משא"כ ווען ער לעבט מיט פארשידענע סביבות זעהט מען אסאך מער קלארער וואס מען האט פאר זיך,
מען מוטשעט זיך צו פארשטיין פארוואס מיר מוטשענען זיך מיט געוויסע פראבלעמען, פארוואס מענטשן ביי אונז ווערן אזוי צושאסן , איך טראכט אז די אויבענדערמאנטע מציאות קען זיין א פאקטאר, א קינד וואס ווערט למשל געבוירן אין קהילת סאטמאר, וועט פון זיין געבורט ווי ער איז ארומגענומען מיט עסן און הילף פון סאטמאר ביקור חולים, ביז זיין פטירה ווען סאטמאר ח"ק וועט אים לייגן אין ק"י ביה"ח, וועט ער מער ווייניגער לעבן נאר אין איין סביבה, עס איז מסתבר אז דאס איז א גורם אז מענטשן ביי אונז זאלן נישט זיין געהעריג אוועקגעשטעלט,
וואס איז די עצה? איך האב באמת נישט געשריבן כדי צו געבן עצות, נאר... ווייל איך האב געוואלט שרייבן, אבער שריבענדיג טראכט איך אז פארדעם קען מען אויסנוצען די קאנטרי מנהג ווי עס איז גרינגער צו זיך צוזאמטרעפן מיט אנדערע קרייזן, און געבן פאר די קינדער און פאר זיך א געלעגענהייט צו טוישן די 'סינערי' אביסל, אויך איז הילפבאר צו שיקן די בחורים און ישיבות וואס נעמען לאו דוקא תלמודים פון איין קרייז, און בכלל רעדן און הערן און לייענען וועגן אנדערע אידן אויף גאטס גרויסע וועלטל[/justify]