מייקל סעוויטש

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

מייקל סעוויטש

שליחה דורך פאפיטעס »

סאיז מיר א שטארקע חידוש אז עס איז נאכנישט דא אן אשכול איבער דעם העכסט אינטרעסאנטער פארשוין
האבעך פראבירט ציזאמציקראצן וויפיל איך ווייס, אין כגלייב אז עס געפינט זיך דא נאך אסאך וואס הערן אים אין ביטע צולייגן פרטים וואס איך דערמאן נישט אדער סתם אינטרעסאנטע עפיזאדן איבער אים.

מייקל סעוויטש איז א וועלט בארימטע ראדיא הויסט וואס איז וועלט בארימט מיט זיינע קאנטרעווירסואלע שיטות אין זיין עקסטרעם היציגן טעמפער וואס ער לאזט הערן יעדן איינציגסטן שוי,

אבער נישט יעדער ווייסט אז דער מאדנער קוריאזן פארשוין איז געבוירן געווארן אלץ מיכאל ווינער, צו א היימישער חבדסקער משפחה פון קרוין הייטס אין זיינע ערשטע יארן אין לעבן איז געווען אויפן היימישן לעבנסשטייגער, אין ער דערמאנט זיך פון צייט צו צייט מיט בענקשאפט דערצו,
ער פארמאגט עטליכע געשוויסטער וואס זענען פרום, אין זיי האלטן זיך נאנט,

זיין היסטאריע פון אריינגיין אין פאליטיק איז ווי די טיפיקל סוקסעס געשיכטעס פונעם אימעגראנט וואס האט זיך ארויפגעארבעט צום מקסימום דורכן אנהייבן קליין, אין ער איז די זעלבע,

דאס איז ווי מעזאגט זיין ביאגראפיע, אבער דער מענטש איז א וועלט פאר זיך וואס מען קען שרייבן גאנצעטע ביכער,

ער שטארט ארויס מער ווי די אנדערע קאנסעוואטיווע טאלק שויס ווי ראש לימבא און הענרי וכו' מיט זיין זעלבסזיכערקייט און יודישע חוצפה וואס קיין נארמאלע מענטש האט נישט...
ער קען איין טאג זאגן איין זאך אין די נעקסטע טאג זאגן דאס פארקערטע פשוט ווייל אזוי האט אים יעצט פארשמעקט...
זיינע דרשות זענען געווענטליך די זעלבע, אריינשניידענדיג אין די דעמאקראטן און ליבעראלן מיט בריעדיגע שפיזן צילייגענדיג זאכן וואס איז פארשוויגן געווארן דורך יעדע נארמאלע טשענעל, אין צייט פון א נויט קען ער פראדעצירן מעשיות..., ער איז א שרעקליכן קאנספעראציע טעאריע גלייבער אין ער לייגט עס אראפ אזוי גוט אז סאיז נישט מעגליך אים אפציפרעגן!
ער פארמאגט א ריזן באזע ציהערערס אין אמעריקע און ספעציעל ביי די רעפובליקאנער געמיינדע, אין אן אינטרעסאנטער אנעקדאט איז דא א גרויסער ציבור דעמאקראטן וואס הערן אים אויך...

געווענטליך וועט זיך דער שוי אנפאנגן מיט דברים העומדים על הפרק, אין אונטער צוויי מינוט וועט ער האלטן ביי די צווייטע נושא וואס "ער" וויל.., ווען ער קומט אן צו דעם ווערט ער ווילד ווי א טיגער אין עס איז סכנות נפשות אריינצירופען דעמאלטס! זיין שפראך איז טאקע זייער לער און פיסט אבער דאס איז טאקע זיין כח, ער שרייט מיט קולות אין מאכט א מצב פון א אויסגעגאסענע גלאז וואסער, ער פארמאגט נישט קיין ברעקל הומער אין זיך, אין ער דערשרעקט זיך נישט פון קיין נברא אין דער וועלט, ווען ער שפירט אז ער דארף זיך עפעס אנריפן וואס וועט מעגליך וויי טוהן א געוויסע געמיינדע וועט ער ניטאמאל א קלער טוהן פארן זאגן, אין ער האט שוין אויסגעריפן אסאך בייז בלוט ביי די מעקסיקאנער, שווארצע, ספאנישע, כינעזער, פרומע יודן, אין וועם נישט...

ווי געזאגט איז ער א מענטש מיט א שרעקליכן טעמפער, אין עס דערקענט זיך אסאך ווען ער דארף זאגן די אדווערטייזמענטס פונעם שוי אין ער האט נישט קיין נערווען דערצו..., ער קען זאגן די עד אין גלייך דערנאך האקן אויף די פירמע...

ער האט פיינט פרומע חסידישע יודן (נישט קיין ווינדער פארוואס...) אין ער פרעדיגט אסאך אויף די "סאטמערע חסידים" פון וויליאמסבורג, אין מיט רעכט, זיינע טענות זענען געווענטליך פאקטן אדער אמאל אמאל איז עס פשוטע לצנות, אבער ער רעדט אסאך פון די שיינע צאמגענימענע לעבן ביי די דאזיגע "סעקטע כאסידים",
ער דערמאנט זייער אסאך איבער יודישע מנהגים און ימים טובים, אין ער איז א שטיקעלע תלמוד חכם צו דערזייט אויך..

אבער זיין בעסטע פארט פון די שוי איז די אריינריפערס וואס רעדן מיט אים אין פארענט פון מיליונען אמעריקאנע ציהערערס, געווענטליך וועט ער אנפאנג זיין אביסעל שיין צו דעם יעניגען ביים ערשטן רינג אבער נאכדעם ווערט ער נערוועז אויפן מאקס, ווייל ממה נפשך, אדער וועט יענער אים זאגן שכוח אין אויסדריקן זיינע הארציגע געפילן איבער די שוי, אין ער ווערט נערוועז דערפון אין ענדיגט די שמועס ווי שנעלער, די אנדערע גרופע פון ריפערס זענען דעמאקראטן אדער סתם מענטשן וואס האבן רעכטע טענות אויף אים, אין ווען עס קומט אזא פאל קען מען זיך נישט אויסרעכענען מיט אים'ן ער קען נעמען די צייט אין אפפרעגן יענעם אזש ער וועט זיך באגראבן לעבעדיגערהייט אדער וועט ער ווערן ווילדער ווי ווילד אין מאכן הימעלגעשרייענדע קולות אויף דעם יעניגן זיך נישט אפהאלטענדיג פון ניצען שמוציגע ווערטער וואס מען דארף פארמעקן אויפן שוי, אין דאס איז וואס שטיפט מאסן מענטשן אים אויסציהערן, כגעדענק נישט קיין טאג וואס איז אריבערגעגאנגן אן "עקשען"...

ער האט א גרויסע באזע פון היימישע חסידישע יודן וואס רעדן זיך איין ציליב וועלכע סיבה אז זיי זענען "הייסע" רעפובליקאנער..., אין עס איז שוין געווען עטליכע פעלער ווי היימישע ראצערס האבן אריינגעריפן אין מיט א צעקליאשטן ענגליש זיך באדאנקט בשם די היימישע "ארטעדאקס" קאמיוניטי פאר זיינע פעולת..., אדער סתם אזוי געפלאפעלט ווי פיפיקלעך אבי זיי רעדן מיט "מייקל סעוויטש אליינס!" , אבער די פראבלעם איז אז דער סעוויטש האסט די פרומע לעבענסשטייגער וואס איז ליבעראלער פונעם פויפסט, אין ער צילייגט זיי אויף פיצלעך, ביז די יונגעלייט ווערן באליידיגט אין סטראשען גאר אוועקציגיין פון די רעפובליקאנער...., מייקל פרייד זיך שטארק פאר אזעלכע קאלס, סא אויב ווילט איר מהנה זיין א צווייטע יוד ריפט אים ביטע...

אין איך בעט אייך נאכאמאל, אויב איינער האט אינטרעסאנטע זאכן פון אים אדער לינקס ביטע אהערשיקען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאפיטעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מייקל סעוויטש

שליחה דורך ירא שמים »

סדא עפעס א חבדסקער ספרים ארויסגעבער גרין , דאס האט עפעס מיט עם ?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אוודאי איז דא פאפיטאס!!
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

ירא שמים האט געשריבן:סדא עפעס א חבדסקער ספרים ארויסגעבער גרין , דאס האט עפעס מיט עם ?


ער האט א ברודער וואס איז א גרויסן למדן אין ער איז פון די פירערס אין שטאט , אבער כווייס נישט אויב ער איז דער מחבר ספרים
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

Re: מייקל סעוויטש

שליחה דורך קאסטנער »

@ישמעאל הכהן מהאט געפענט א אשכול איבער סעווידזש!!

פליז קום צוריק איך ווייס אז די ליינסט יעצט דא..
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

ירא שמים האט געשריבן:סדא עפעס א חבדסקער ספרים ארויסגעבער גרין , דאס האט עפעס מיט עם ?


אנטשולדיגט כהאב מיר פארגעשטעלט אז דער שטן וועט פארארבעטן מעשים סזאל אריינפאלן א טעות...
ער הייסט ארגענעל ווינער נישט גרין
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

סא זיין ברודער איז נאך אלץ די ת''ח אדער די יוצרות האבען זיך דא אויסגעמישט?
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:סא זיין ברודער איז נאך אלץ די ת''ח אדער די יוצרות האבען זיך דא אויסגעמישט?


איך האב געהערט די פאקטן איבער אים אבער זיך פארמישט מיט די נאמען
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

איך האב אייביג געטראכט אז ווען ער וואלט געווען א פרומער וואלט ער מיט זיינע כישרונות געווען פין די לידערס פון כלל ישראל. די זעלבע טראכט איך אלץ אויף יאיר לפיד.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ס' דא איינער עפעס א "מענדל" א חבד"סקער וואס רופט עים אריין יעדען שני וחמישי עים צו משוגא מאכן, אוי מאכט ער גאטקעס פון עים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איינס פון די חלקים אין די ביאגראפיע פון זיין לעבן איז, אז ער האט חתונה געהאט מיט א (מיאוס'ע) גוי'טע, און ער איז א פייערליכער אנהענגער פון קריסטנטום, און, שטייצעך פונ'ם פויבסט. אין די זעלבע צייט איז ער אויך א חב"ד'סקער, און דרוקט אויס זיין התפעלות פון א טייל אידישע תפילות. (נישט אז מ'דארף זיין הסכמה...) למשל, ער ווערט אינגאנצן איבערגענומען פון די צוויי יהי רצונ'ס ביי ברכת השחר.
אויך זאגט ער, אלס פראפעסאר אין ניוטרישן און אירע עפעקטס אויפ'ן מח. אז איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די אידן זענען פראצענטועל און בדך כלל א סאך קלוגער ווי גויים, (פארשטייצעך ס'דא גענוג טיפשים און פלאטשיגע קעפ בתוכנו.) ווייל אונז זעמיר פארזיכטיג מיט וואס אונז עסן. ד.מ. כשר'ס איז א סגולה נישט צו האבן א פארשטאפטע קאפ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב אייביג געטראכט אז ווען ער וואלט געווען א פרומער וואלט ער מיט זיינע כישרונות געווען פין די לידערס פון כלל ישראל. די זעלבע טראכט איך אלץ אויף יאיר לפיד.

יאיר לפיד איז נאך א צדיק אקעיגן זיין טאטע. טומי לפיד, וועלכער איז געווען אן עוכר ישראל, אן אפיקורס און א שונא ישראל...!
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

berlbalaguleh האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב אייביג געטראכט אז ווען ער וואלט געווען א פרומער וואלט ער מיט זיינע כישרונות געווען פין די לידערס פון כלל ישראל. די זעלבע טראכט איך אלץ אויף יאיר לפיד.

יאיר לפיד איז נאך א צדיק אקעיגן זיין טאטע. טומי לפיד, וועלכער איז געווען אן עוכר ישראל, אן אפיקורס און א שונא ישראל...!


די רעדע דא איז פון הרב ווינער/סעוויטש נישט פון נארישע סאטמערע פאליטיק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאפיטעס האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב אייביג געטראכט אז ווען ער וואלט געווען א פרומער וואלט ער מיט זיינע כישרונות געווען פין די לידערס פון כלל ישראל. די זעלבע טראכט איך אלץ אויף יאיר לפיד.

יאיר לפיד איז נאך א צדיק אקעיגן זיין טאטע. טומי לפיד, וועלכער איז געווען אן עוכר ישראל, אן אפיקורס און א שונא ישראל...!


די רעדע דא איז פון הרב ווינער/סעוויטש נישט פון נארישע סאטמערע פאליטיק

פאפיטעס: מיין (בדרך אגב'דיגע) אפשאצונג אויף דעם עוכר ישראל טומי לפיד איז אלס ערליכע איד און נישט אלץ סאטמערע...איך האב געהערט און געזעהן גענוג קליפס פון איהם צו האלטן אזוי...!
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

פאפיטעס האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב אייביג געטראכט אז ווען ער וואלט געווען א פרומער וואלט ער מיט זיינע כישרונות געווען פין די לידערס פון כלל ישראל. די זעלבע טראכט איך אלץ אויף יאיר לפיד.

יאיר לפיד איז נאך א צדיק אקעיגן זיין טאטע. טומי לפיד, וועלכער איז געווען אן עוכר ישראל, אן אפיקורס און א שונא ישראל...!


די רעדע דא איז פון הרב ווינער/סעוויטש נישט פון נארישע סאטמערע פאליטיק


וואס האט יאיר לפיד מיט סאטמערע פאליטיק????????????
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
פאפיטעס האט געשריבן:די רעדע דא איז פון הרב ווינער/סעוויטש נישט פון נארישע סאטמערע פאליטיק


וואס האט יאיר לפיד מיט סאטמערע פאליטיק????????????

וואס הייסט וואס??? זיין זיידע איז דאך געווען ר' שמעלקא סעלישער. :lol:

לאמיתו של דבר, לאמיר נישט פארפארן פונעם טאפיק, די רעדע דא איז נאר וועגן הרב הד"ר מיכאל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

און ער איז א פייערליכער אנהענגער פון קריסטנטום, און, שטייצעך פונ'ם פויבסט

ער רייסט אראפ די פויפסט יעדען שני וחמישי
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

צו אל געט ער רעסעפיס אויך. הערט נישט אויף צו רעדן פון ספיגעטי מיט סוסעדש. אויך פארציילט ער אויף די שאו אסאך מאל וואס ער האט אלץ געגעסן די לעצטע 24 אwערס.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

אויך איז ער שטארק ביזי אויף די שאו מיט זיין דאגי
פוחת ועומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 8:00 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך פוחת ועומד »

אייעמסארי הרב פאפיטעס זייער זאפטיג געשריבן אבער סעוויטש'ן האט איר נישט באשריבן, כמעט אלעס אין דיין ארטיקל איז ווייט פונעם אמת. ער איז נישט געבוירן ביי קיין חב"ד עלטערן און נישט ביין קיין פרומע עלטערן בכלל. ער איז בכלל נישט א רעפובליקאנער און איז טאקע פארהאסט ביי אלע אנדערע רעפובליקאנער האוסט'ס. ער האקט אויף יעדן אייניג, ער איז לכאורה אינדעפענדענט. און טאקע פאר דעם האט ער אויך דעמאקראטן וואס גלייכן אים צו הערן, אזוי ווי דו שרייבסט טאקע ריכטיג.
ער האט נישט פיינט קיין פרומע אידן בכלל. און ווי קרעקער האט שוין געזאגט האקט ער אסאף אויפן פויבסט. און ער פארמאגט נישט קיין ברעקל הומאר שרייבסטו? איי בעג יו, ס'איז נישט ראטזאם אים צו הערן אין קאר ווייל מ'טאר נישט אזויפיל לאכן ווען מ'דרייווט! וואס רעדסטו ? איך ווייס נישט וועם דו האסט בעשריבן דא. אגב זיין עכטע נאמען מיין איך איז נישט געווען ווינער נאר וויינער
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

זיינע בעסטע שאו׳ס זענען געווענליך ווען ער רעדט נישט פון פאליטיק נאר ווען ער ליגט אויסגעשטרעקט אויפען קאוטש אין רעדט וויאזוי זיין נעכטיגע טאג איז אדורך אדער דערמאנט ער זיך זכרונות פון זיין יוגענט
ער איז ווייט פון צו זיין א שטיצער פונעם פויבסט אדער פון קריסטנטום לויט ווי ווייט איך פארשטיי גלייבט ער נישט אין גארנישט
פארשפארט