בלאט 1 פון 1

מיט א טיפערן בליק פרשת שופטים-לעב דעם יעצט ואם לא עכשיו אמתי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:38 pm
דורך א שעפעלע
מיט א טיפערן בליק
פרשת שופטים תשע"ה
תמים תהיה עם ה' אלקיך..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אלול! א קורץ ווארט וואס באשטייט טאקע נאר פון פיר אותיות אבער ס'זאגט אונז אזוי פיל, פון איין זייט זענען מיר איבערגענומען מיטן דערהויבענעם געפיל פון ליכטיגקייט אז אט שטייען מיר אין דעם חודש וואס גייט אונז בעזהשי"ת אריין פירן אין די ימים נוראים הבאים עלינו לטובה, ס'איז טעג פון רחמים און תשובה, טעג וואס אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים קומט קלאפן ביי אונז אויפן טיר, אויף אונזערע הערצער, השי"ת בעט זיך קומט צוריק אהיים... אבער פון דער אנדערע זייט איז ביי אונז פארהאן א געפיל פון פחד און צומישעניש וואס זאגט אז ס'איז צו שווער, ס'איז צופיל ארבעט, דער מענטש שפירט אז ער האט נישט די ריכטיגע כוחות, און דערפאר טוט דער מח פרובירן אפצושטופן די אמתע עבודת היום אויף ווי לענגער מען קען ..כ'האב דאך נאך א גאנצע חודש ביז ראש השנה, ביז יום כיפור, הושענא רבה, אוודאי גיי איך תשובה טוען, אבער... לאמיר זיך פארטיפן אין די וואכעדיגע פרשה און זוכה זיין בסייעתא דשמיא ארויס צונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן ובפרט פאר די יעצטיגע לעכטיגע טעג פון חודש אלול.

דערנאך וואס די תוה"ק ווארנט אונז נישט נאכצוגיין די אלע כישוף און צייכן מאכערס זאגט די פסוק תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ – א גאנצער זאלסטו זיין מיט הקב"ה, וואס דאס מיינט אז נאר אויף השי"ת זאלסטו זיך פארלאזן, נאר צו אים זאלסטו האפן און זיך ווענדן, ווייס מיט א קלארקייט אז הקב"ה איז דער וואס פירט מאכט און טוט אלעס אויף דעם וועלט. רש"י הקדוש זאגט אונז התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות אלא כל מה שיבא עליך קבל בתמימות ואז תהיה עמו ולחלקו – פיר זיך מיט הקב"ה בתמימות, האף צו אים און טו נישט נאכפארשן דעם צוקומפט נאר אלעס וואס ס'קומט אויף דיר זאלסטו מקבל זיין מיט תמימות-גאנצקייט, און ווען דער איד באהעפט זיך מיט א ריינע תמימות'דיגע אמונה צו הקב"ה ווערט ער א חלק פון הקב"ה 'עם ה' אלוקיך' וואס איז העכער פון איעדע מזל אדער כח וואס ס'עקזעסטירט אויף די וועלט.

די תוה"ק לערנט אונז: אז אין סיי וועלכע מצב מיר געפינען זיך, סיי וועלכע געשעהעניש ס'זאל זיך נאר נישט מאכן דארפן מיר אננעמען דעם ווילן פון הקב"ה בתמימות מיט א לב שלם, און נישט חלילה האבן טענות אדער צווייפלונגען, נאר מיט א ריינע אמונה זיך אינגאנצן פארלאזן אויף הקב"ה, נישט נאכפארשן דעם צוקומפט נאר מיט א שטארקע בטחון זיך פארלאזן אויף הקב"ה.

ווי געשמועסט רעדט די פסוק בפשטות אויף עניני גשמיות וואס ס'גייט אריבער אויף א מענטש בכלל ובפרט, תמים תהיה זאלסט קיינמאל נישט זארגן און טראכטן איבער וואס ס'גייט זיין, נאר געדענק אז די פירסט נישט דעם וועלט, די טו דיינס און פארלאז זיך אויף הקב"ה, באמת וואלטן מיר זיך געדארפט אפשטעלן און זיך ריכטיג פארטיפן אין דעם גאר וויכטיגע נקודה פון לעבן מיט א ריינע אמונה און בטחון וכו', אבער ביי דעם געלעגנהייט וועלן מיר זיך פארטיפן און באמערקן אז אין דעם פסוק ליגט א געוואלדיגע יסוד אין אונזער רוחניות, א יסוד וואס דארף אונז באגלייטן אין אונזער טעגליכע עבודת ה', לאמיר זיך פארטיפן.

שבת נאכמיטאג פרשת בלק תשע"ה – שפאצירט זיך יצחק אויפן גאס און ער באגעגנט זיך מיט זיין חבר מנחם, זאג מנחם וואס טיסטו מיט אזא לאנגע שבת נאכמיטאג, כ'האב שוין אלעס אויף די וועלט געטון און דאך האלט מען נאך פינעף שעה צום זמן מוצאי, כ'בין שוין געווען ביים טאטען ביים שווער כ'האב שוין געגעסן פרוכט און ניסלעך כ'ווער צופלאצט?! מנחם זייענדיג א אינגערמאן מיטן קאפ אויפן פלאץ זאגט ער אים מיט ווארעמקייט ביסט גערעכט איך שפיר ממש די זעלבע, ס'איז עפעס אזוי לאנג כ'ווייס אויך נישט וואס צו טוען... און אזוי דרך אגב'דיג געבט מנחם א ווארף אריין ..אבער איין זאך די לעצטע שעה פאר מנחה אזוי זעקסע צייט גיי איך אין בית המדרש לערנען ס'מאכט דעם נאכמיטאג אביסל קערצער קענסט זיך צוזעצן ס'וואלט געווען געוואלדיג, וואס לערענסטו פרעגט יצחק? גמרא - א עמוד יומי, גמרא איז נישט פאר מיר זאגט יצחק מיט א קלארקייט?! פארוואס נישט? כ'האב שוין אסאך מאל פרובירט און ס'גייט נישט, כ'שפיר נישט קיין שום געשמאק דערין, כ'זאג דיר ס'איז נישט פאר מיר, יצחק קום אקעגן איבער צום באנק לאמיר זיך אוועקזעצן און אביסל פארברענגן.

מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט זאגט מנחם: זאג נאר יצחק אין ביזנעס ביסטו אויך אזוי?! ווען די ווילסט כאפן א קאסטומער אדער א קלייענט און ער זאגט דיך אפ ביסטו פערטיג מיט אים, אדער די טיסט כסדר טראכטן ווי אזוי קען איך זיך פארבינדן מיט אים, ווי אזוי קען איך אים איבערצייגן אז איך בין דער וואס זאל אים פארקויפן, יצחק איך קען דיך און איך ווייס גאנץ גוט אז די וועסט זיך ברעכן קאפ ביסט די וועסט מצליח זיין, וועסט אויפקומען מיט איעדע סארט אויסטרעף ווי די קענסט יענעם געווינען, אט די זעלבע דארפסטו טוען מיט די תורה הקדושה, קענסט נישט געבן א פרוביר און דאס איז עס, די דארפסט מאכן א פלאן און פרובירן אלעס אויף די וועלט צו מאכן א קשר מיט איר, ס'איז היינט פארהאן כל מיני גמרות וואס העלפן צו צום לערנען, לייג דיך אריין און מאך דעם קשר, כ'בין טויזנט פראצענט זיכער אז די קענסט... גלייב מיר יצחק אז ביז עטליכע יאר צוריק האב איך געשפירט פונקט ווי די אבער ב"ה היינט איז די מצב אנדערש כ'בעט דיך טו עס!

מנחם טייערע ס'איז זייער שיין וואס די זאגסט, אבער איך שפיר נאכאלץ אז ס'איז נישט פאר מיר, אפילו איך זאל זיך זעצן לערנען וועל איך שוין אנקומען, די לערנסט א עמוד יומי די קענסט און פארשטייסט א שטיקל גמרא, מאכסט סיום'ס וכדומה ס'געבט דיר א געשמאק און א חשק, איך קען עס נישט, נאכמער א גאנצע וואך האב איך נישט קיין צייט זיך צו מיטשענען איבער א גמרא, נו ווי אזוי איז בכלל שייך אנצופאנגן פארשטיין און האבן א חשק, בקיצור ס'איז נישט פאר מיר?! יצחק ווער האט דיר געבעטן צו לערנען א עמוד יומי און פארשטיין? ווער האט דיר געבעטן צו לערנען א גאנצע וואך? ווער האט דיר געבעטן צו מאכן א סיום און האבן חשק? כ'האב דיר געבעטן זאלסט אנפאנגען מאכן א קשר מיט די תוה"ק וזה הוא, מאכן א קשר קען מען מיט א קלייניגקייט, קויף דיר א גמרא און לערען דריי שורות א וואך, די הערסט יצחק דריי שורות א וואך און נישט מער... יצחק כאפט נישט וואס מנחם מיינט "דריי שורות א וואך זעט דאך אויס ווי עפעס א קינדערשפיל", אבער מנחם זאגט אים יצחק כ'בעט דיר באמת דריי שורות א וואך נישט מער... פיין אויף דריי שורות בין איך מסכים!

טייערע ברידער מאך אויף דיין הארץ, לעצטע וואך פרשת ראה תשע"ה טרעפט זיך יצחק מיט מנחם, און מיט א צופרידנקייט זאגט יצחק וועסט נישט גלייבן מנחם כ'האב גענומען א טעגליכע נאכט חברותה ס'איז ב"ה געוואלדיג, כ'האלט שוין מסכת חגיגה דף ח', מנחם שמייכלט און זאגט יצחק כ'האב דיר געזאגט דריי שורות א וואך פארוואס פאלגסטו נישט?! ישר כח מנחם האסט מיר אויפגעמאכט די אויגן! (די מעשה איז א אמתע וואס האט ווירקליך פאסירט).

אז מיר זאלן זיין אמת'דיג מיט זיך אליין וועלן מיר באמערקן אז מיר זענען כסדר אויסגעשטעלט צו אט די זעלבע מחשבות ווי דער יצחק, דער יצר אונזערע איז א געוואלדיגע מומחה אין אונז מאכן טראכטן פון דעם עתיד, גייסט סיי ווי נישט ענדיגן די גאנצע, גייסט סיי ווי נישט קענען מצליח זיין, גייסט סיי ווי נישט קענען זיין אינגאנצן אפגעהיטן, מארגן וועסטו דאך סיי ווי נישט וכדומה, און דערמיט טוט ער צוברעכן דעם יעצט, ער טראגט אונז צו דעם מארגן און דערמיט מאכט ער אונז אויפגעבן אויף דעם יעצט, וויפיל מאל האבן מיר דעם הרגשה פון יעצט איז שוין אזוי - כ'וועל ווארטן ביז נעקסטע וואך חודש זמן יאר און דעמאלטס וועט מען אנהייבן מיט א פרישקייט, ביים נעקסטע מסכת גייט מען זיך צוזעצן, מארגן וועל איך אנפאנגען וכדומה, די אלע מחשבות קומט פון איין פלאץ דער שטן זאגט אונז אז טוען אביסל היינט איז שוין גארנישט, מיטהאלטן די לעצטע פאָר בלאט פון דעם מסכת איז נישט אינטערעסאנט, יעצט זיך נעמען איז שוין נישט נוגע... ווען ס'קומט אנהייב זמן קומט ער מיט פונקט די פארקערטע מחשבות ..גייסט אנפאנגן – מארגן וועסטו דאך סיי ווי נישט קענען מיטהאלטן, גייסט זיין אפגעהיטן - וועסט דאך סיי ווי נישט קענען אנהאלטן פאר צו לאנג וכו' וכו'... בקיצור ער מאכט אונז האבן כל מיני חשבונות פון דער מארגן און דערמיט טראגט ער אונז אוועק פון דעם יעצט...

זאגט די תוה"ק תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ און ווי רש"י הקדוש זאגט אונז התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות אלא כל מה שיבא עליך קבל בתמימות ואז תהיה עמו ולחלקו – פיר זיך מיט הקב"ה בתמימות, האף צו אים און טו נישט נאכפארשן דעם צוקומפט, טראכט נישט פון דעם מארגן בכלל, טו דעם רצון ה' פון יעצט, האסט אפאר מינוט זעץ זיך לערנען, קענסט איין מאל צומאכן א אויג - טו עס, קענסט זיך צוריק האלטן פון איין קליינע דיבור - טו עס, טראכט נישט פון דעם מארגן און שפעטער, ווייס מיט א קלארקיייט אז איעדע קלייניגקייט דרייט איבער וועלטן, מאך נישט קיין שום חשבונות, געדענק וואס די משנה (אבות פרק א משנה יד') זאגט אונז הוא היה אומר אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי, יעצט איז די צייט, יעצט און נאר יעצט, און איעדעס ביסל וואס די קענסט כאפן איז די גרעסטע און הייליגסטע, הער אויף מאכן חשבונות פון מארגן אל תחקור אחר העתידות – כאפ דעם יעצט, ס'קען אמאל אויסזעהן אז ס'איז גארנישט פארהאן אין דעם יעצט אבער וויסן זאלסטו אז ס'ליגט א אוצר פאר אונז, פון די אלע קלייניגקייטן ווערן מיר רייך!

שטייענדיג אין די טעג פון אלול, ווען ס'איז ביי איעדע פון אונז פארהאן אַן הרגשת הלב וואס זאגט "ס'איז אלול מ'דארף זיך נעמען אין די האנט אריין", די אינערליכע בענקשאפט צו אונזער געטרייע טאטע קומט ארויס, און דער איד וויל זיך צוזאם נעמען און מיט אן אמת אנפאנגען טוען דעם רצון ה', דארף מען געדענקן און זיין אפגעהיטן זיך נישט לאזן פון דעם יצר וואס טוט אונז צומישן מיט מחשבות פון דעם מארגן און שפעטער נאר כאפן די הייליגע מינוטן, לעבן דעם יעצט, אויסניצן די געוואלדיגע טעג ווי חז"ל זאגן אונז אני לדודי ודודי לי - דער איד איז צו הקב"ה ער טוט זיין ביסל וויפיל ער קען – ודודי לי הקב"ה קומט צום איד'עלע צו דאס קליין ביסל פונעם איד, השי"ת טוט אים אויפהייבן און נעמט אים צוריק אהיים, וואס ס'פארלאנגט זיך איז נאר דעם אני לדודי מיר דארפן זיך ווענדן צו הקב"ה... אַה ווי פרייליך דארפן מיר זיין אז מיר זענען זוכה צו אזעלכע טעג, טעג וואס מיר קענען אזוי גרינג נאנט ווערן, אזוי גרינג רייך ווערן, טעג פון אורי וישעי, אלול איז דער חודש ווי נאכן זיין פארבלאנזעט פאר אזוי לאנג טרעפן מיר זיך צוריק אויפן וועג אהיים, לאמיר זיך שטארקן און אויסניצן די לעכטיגע טעג און בעזר ה' זוכה זיין אויסצופועלן דעם גרויסן ישועה וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• אל תחקור אחר העתידות – טראכט נישט און פיר נישט חשבונות איבער דעם מארגן.
• לעב דעם יעצט, ניץ אויס איעדע מינוט, איעדע קלייניגקייט וואס ליגט פאר דיר איז וועלטן, ואם לא עכשיו אימתי!
• אלול איז דער לעכטיגער חודש - וואס באלייכט פאר אונז דער וועג אהיים צו אונזער באליבטע טאטע!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:39 pm
דורך א שעפעלע