בלאט 1 פון 1

אקסעזשין פארן נשמה! (קורצע מאמרים פון חיזוק)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:58 pm
דורך א שעפעלע
"ביי א גשמיות'דיגע מלחמה איז דער עיקר דאס געווינען... ביים רוחניות'דיגע מלחמה איז דער עיקר די קאמף"
ברידער טייערע! געדענק אז ווילאנג די האלטס די געווער אין די הענט ביסטו א געווינער...

Re: אקסעזשין פארן נשמה! (קורצע מאמרים פון חיזוק)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:14 pm
דורך ירא שמים
א געזונטע מענטש האט די אקסעדזשין אין זיך , און דארף עס נישט באקומען פון דערויסען ,
נאר א ווערטעל , יישר כח פארן אשכול און פאר אונז מהנה זיין , כהאפ העסט אריינקומען דא יעדן טאג געבן אקסידזשען פארן עולם.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 1:43 pm
דורך א שעפעלע
ביי גשמיות איז דאס 'ווילן אדער בענקשאפט' פון א מענטש גארנישט, כ'האב געוואלט אויפמאכן מיין סטאר האט נאך קיינעם נישט רייך געמאכט וכדומה – ביי רוחניות איז דאס 'ווילן און בבענקן' גאר גרויס! ווייל דאס עצם בענקשאפט זאגט אז דער מענטש איז גאר נאנט... זאג נאר ווען א קינד איז פארלוירן ווער בענקט דאס מערסטע?!

אביסל טיפער: ביי גשמיות איז דער עיקר ציל אנצוקומען צום עשיה (טוען) – ביי רוחניות איז דער גאנצע עשיה (טוען) אנצוקומען צו נאנטשאפט דביקת און קרבת אלוקים...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 1:47 pm
דורך א שעפעלע
א שעפעלע האט געשריבן:ביי גשמיות איז דאס 'ווילן אדער בענקשאפט' פון א מענטש גארנישט, כ'האב געוואלט אויפמאכן מיין סטאר האט נאך קיינעם נישט רייך געמאכט וכדומה – ביי רוחניות איז דאס 'ווילן און בענקן' גאר גרויס! ווייל דאס עצם בענקשאפט זאגט אז דער מענטש איז גאר נאנט... זאג נאר ווען א קינד איז פארלוירן ווער בענקט דאס מערסטע?!

אביסל טיפער: ביי גשמיות איז דער עיקר ציל אנצוקומען צום עשיה (טוען) – ביי רוחניות איז דער גאנצע עשיה (טוען) אנצוקומען צו נאנטשאפט דביקת און קרבת אלוקים...