בלאט 1 פון 1
ביהמ"ד הגדול והחדש קיט"ל (מהר"א) סאטמאר
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:16 pm
דורך שמעון וואלף
ק/פ
ברעקינג!!!
קהל יטב לב דסאטמאר מיט די הילף פון העסקן הרה"ח ר' גרשון שלעזינגער הי"ו האבן יעצט געשלאסן א קאנטראקט אויף די פאבליק סקול אויף ווילסאן סטריט אין וויליאמסבורג,
לויט די פלאן גייט דארט ווערן אויפגבויט די נייע היכל בית המדרש האדיר דקהל יטב לב דסאטמאר
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:24 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין דא אפאר אשכולות וועגן די ברעכעדיגע נייעס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
ברעקינג!!!
קהל יטב לב דסאטמאר מיט די הילף פון העסקן הרה"ח ר' ........ הי"ו האבן יעצט געשלאסן א קאנטראקט אויף א פאסטרמי סענדוויטש ביי גריל אן לי אין וויליאמסבורג,
לויט די פלאן גייט דארט ווערן ארויפגעלייגט מאסטערד און מייאנעז מיט זויערע פיקעלס אויף די זייט, מיט א פושקעלע קאולסלאו .
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
נישט פארגעסן על המחיה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:14 pm
דורך גאנצל
זריל איך זאג דיר צו אז דער עולם וועט דיר געבן לייקס אויף נארמאלע תגובות אויך .......
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
ביטע שלינג אראפ, ס׳איז גארנישט ספעציעל קעגן דיין רבין.
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:18 pm
דורך גאנצל
איך בעט דיר א פרעזענליכע טובה פירקל נישט קיין נארישקייטן, בין איך שוין דער וואס דארף שלינגען

רעד צו די זאך פליז איך מיין נישט דיך פערסענעל
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:איך בעט דיר א פרעזענליכע טובה פירקל נישט קיין נארישקייטן, בין איך שוין דער וואס דארף שלינגען

רעד צו די זאך פליז איך מיין נישט דיך פערסענעל
טון וועל איך וואס מיר שמעקט.
א דאנק.
דאס וואס איך האב געשריבן איז זייער צום זאך אין די אשכול.
אגב ס׳איז דא אסאך אנדערע אשכולות ווי מיר ווארטן צו הערן פון דיר, געווענדליך הערט מען דיר נאר ווען מ׳רעדט פון די טינופת, דו האסט א גוטע שפראך און א גוטע פעדער, ס׳וואלט כדאי געווען ווען די לאזטיך הערן איבער עפעס נאך נושאים....
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:דו האסט א גוטע שפראך און א גוטע פעדער, ס׳וואלט כדאי געווען ווען די לאזטיך הערן איבער עפעס נאך נושאים....
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס איז דאס נישט אין שמייכל??
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:12 am
דורך shem-tov
דאס איז נעבעך אונזער ריאליטי דא אויף ק"ש מען ברענגט א פשוטער באריכט איבער א ביהמ"ד, אפגעזעהן פונקטלעך די פאליטיק דערפון, דארף מען דילן מיט דעם אלטן זויערן בחור וואס האט אבסולוטלי גארנישט צוצולייגן צום נייעסל, אנשטאט צו שווייגן ווי יעדער נארמאלער מענטש נעמט ער זיך פירקלען גרויליגע תגובות איינס נאכן צווייטן שעלטן און שרייען און באזידלען אז מען קען פשוט ברעכן און א וואונדער א נארמאלע מענטש קען מיט דעם נישט שטיין אין ווארט. איך בעט דיך טו וואס איך און אנדערע קלוגע ניקים טוען בשעת דער פגע רע סטרייקט. איגנאר אים צום טויט והכל על מקומו..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 9:54 am
דורך שמעון וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין דא אפאר אשכולות וועגן די ברעכעדיגע נייעס.
צייג אן, ביטע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:52 am
דורך ליפא
shem-tov האט געשריבן:דאס איז נעבעך אונזער ריאליטי דא אויף ק"ש מען ברענגט א פשוטער באריכט איבער א ביהמ"ד, אפגעזעהן פונקטלעך די פאליטיק דערפון, דארף מען דילן מיט דעם אלטן זויערן בחור וואס האט אבסולוטלי גארנישט צוצולייגן צום נייעסל, אנשטאט צו שווייגן ווי יעדער נארמאלער מענטש נעמט ער זיך פירקלען גרויליגע תגובות איינס נאכן צווייטן שעלטן און שרייען און באזידלען אז מען קען פשוט ברעכן און א וואונדער א נארמאלע מענטש קען מיט דעם נישט שטיין אין ווארט. איך בעט דיך טו וואס איך און אנדערע קלוגע ניקים טוען בשעת דער פגע רע סטרייקט. איגנאר אים צום טויט והכל על מקומו..
אויב רעדסטו פון זריל ביזטו נישט גערעכט, גלייך נאך די פאלשע נייעס אי זארומגעפארן אין ווצפ האט עס נאכגעפאלגט מיט אסאך אנדערע ברעיקינג פאלשע נייעס וואס האט געמיינט ארויסצוברענגען אז די ערשטע ברעיקינג נייעס פון ביהמ"ד איז פאלש געווען. עזריאל האט נאר נאכגעברענגט אדער אליינס צוגלייגט אן אייגענע, ער האט גארנישט פארדרייט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:54 am
דורך ליפא
נאך איין וואס איז ארומגעפארן
ברעקינג!!!
קהל יטב לב דסאטמאר מיט די הילף פון העסקן הרה"ח ר' ארי לייב גלאנץ הי"ו האבן יעצט געשלאסן א קאנטראקט אויף אויבערשטע שטאק פון די מאנהעטען בריק ביי די ברוקלין זייט.
לויט די פלאן גייט דארט ווערן אויסגעשטעלט די באגלייטען פון די נייע היכל בית המדרש האדיר דקהל יטב לב דסאטמאר נאכען נעילת החג טיש דעם מוצאי שמחות תורה.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:55 am
דורך ליפא
און נאך איין
ברעקינג!!!
פאפא האט יעצט געשלאסן א קאנטראקט אויף די ניו יארק סטעיט פאליס סטעשן אויף
קיעפ סטריט
לויט די פלאן גייט דארט ווערן אויפגבויט א נייע היכל בית המדרש האדיר
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:58 am
דורך ליפא
שמעון וואלף האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין דא אפאר אשכולות וועגן די ברעכעדיגע נייעס.
צייג אן, ביטע
איך האב געהאט געעפנט א אשכול אין צימעס און גלייך פארמאכט ווען ס'האט זיך ארויסגעגעשטעלט אז ס'נישט אמת. שוין צייט צו לייגן דעם אשכול דא אויך אין שמייכל אדער פארמאכן.
ביהמ"ד סאטמאר נייעס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:41 am
דורך גאנצל
ס'ליגט עפעס אמת אין דעם ?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:42 am
דורך שעפטל
גארנישט!
כ'זעה נאכנישט פארוואס די אשכול איז נאך אפילו זעהבאר
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:40 pm
דורך signout
שעפטל האט געשריבן:גארנישט!
כ'זעה נאכנישט פארוואס די אשכול איז נאך אפילו זעהבאר
די גאנצע וואטעפפ מעסעזש קומט פין שמעון וואלף'ס צד צו מאכען ליצנות פין גרשון שלעזינגער