בלאט 1 פון 2
טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז הימל און ערד און טשיינע, אן עקאנאמישן קראך ווי עס געהער צו זיין, און דער סטאק מארקעט צאפלט פאר שרעק און די נומערן טראסקען דראסטיש...
פאר אסאך וועלכע ארבעטן מיט טשיינע לויטן יען האבן א געלעגנהייט צו פארדינען שווערע געלטער ווארום דער יען איז אין דער אדמה און דער דאלאר גאנץ הויך,
ווי אויך וועט לכבוד דעם (אינאיינעם מיט די איראנע דיעל און נאך סיבות) די געז טראסקען אז עס איז ממש א שמחה פאר יעדן דרייווער,
איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, אדרבה לייגט צו אייערע געדאנקען, און לאמיר זעהן ווי ר' בערל וועט כדרכו משלב זיין עניני דיומא מיט סענדער דער דויטש און שרה'לע בערקוביק.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:13 pm
דורך שעפטל
אפשר איז יעצט די צייט פאר אמעריקע צו באצאלן דעם חוב פאר כינע, דער יען איז אין דער אדמה און דער דאלאר גאנץ הויך, מ'קען זיך שפארן אסאך געלט דא.
ווער האט אבאמא אויף ביביעם? ער הייבט עפעס נישט אויף אויף מיר היינט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:22 pm
דורך שמעון וואלף
היינט אינדערפרי האט די דאו זשאנס געטראסקעט איבער א טויזענט פונקטן פאר'ן זיך צוריקכאפן. דאס איז געווען א רעקארד ברעיקער און די היסטאריע פון וואול סטריט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:29 pm
דורך [NAMELESS]
אפאר חדשים צוריק האב איך אנגעהויבן א נייע פארטפאליא מיט 20 טויזענט דאללער. פאריגע וואך האט עס געהאלטען ביי 21,500 -היינט האלט עס ביי 18,600

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:06 pm
דורך שמעקעדיג
אויף די ראדיא האב איך געהערט עצה'נען אז אינוועסטארס זאלן נישט כאפן און אפקויפן די סטאקס נאר עס לאזן פארן לאנגן טערמין, באמת איז דאס שוין אן אלטער כלל אבער ביותר צריך הכתוב לזרזו במקום שיש חסרון כיס.
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:09 pm
דורך דעת תורה
שמעקעדיג, דו האסט מיסטריעז אויסגעלאזט ש.ש. טעלער פון דיין תגובה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:19 pm
דורך שמעקעדיג
ממש אזוי...?
פון אלע מיינט טויזענטער תגובות טרעפסטו אים כסדר??
אבער ווער בין איך צו זאגן אנדערש ווי דעת תורה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:31 pm
דורך בן נריהו
קען מיך דא - איינער - אנטשיידענען, וויאזוי מען קען אין די ווירקליכקייט געלד פארדינען פון דיזן קראך? פילייכט דורך איינקויפן יען?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:31 pm
דורך קאווע טרינקער
יעדע מוצאי שמיטה טראסקעט די סטאק מארקעט
אבי מ'זאגט אז אידן קאנטראלירן די וועלט...
טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:35 pm
דורך קאסטנער
בן נריהו האט געשריבן:קען מיך דא - איינער - אנטשיידענען, וויאזוי מען קען אין די ווירקליכקייט געלד פארדינען פון דיזן קראך? פילייכט דורך איינקויפן יען?
קען מיך פיללייכט איינער אנטשיידען ווי אזוי אינז זעמיר געווען א גאנץ זימער אן @בן נריהו?..
וועלקאם בעק!
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:09 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אויף די ראדיא האב איך געהערט עצה'נען אז אינוועסטארס זאלן נישט כאפן און אפקויפן די סטאקס נאר עס לאזן פארן לאנגן טערמין, באמת איז דאס שוין אן אלטער כלל אבער ביותר צריך הכתוב לזרזו במקום שיש חסרון כיס.
מיינסט צו זאגן מ'זאל נישט יעצט פארקויפן. יא??
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:51 pm
דורך שמעקעדיג
that's correct, sorry
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:23 pm
דורך שמעון וואלף
פארוואס זאל איינער וועלן יעצט פארקויפן? אדרבה, יעצט דארף מען קויפן.
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:06 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געטראכט נאך פרייטיג אז מ'דארף קויפען ווען די מארקעט איז אראפ 500. ווער ס'האט געקויפט האט היינט געליטן נאך א שטערקערע קראך
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:43 am
דורך petergrifin
שעפטל האט געשריבן:אפשר איז יעצט די צייט פאר אמעריקע צו באצאלן דעם חוב פאר כינע, דער יען איז אין דער אדמה און דער דאלאר גאנץ הויך, מ'קען זיך שפארן אסאך געלט דא.
ווער האט אבאמא אויף ביביעם? ער הייבט עפעס נישט אויף אויף מיר היינט
איך האב געהערט אמאל אז אמעריקע מוז באצאלן מיט דאלאר נישט יען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:46 am
דורך ישראל קאפקע
די אינוועסטאר סייקל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:36 am
דורך בלויע רעקל
טשיינע האט געטראסקעט 7 פראצענט, אוגוסט האבן זיי איינגעשטעלט א סיסטעם וואס שטעלט אפ טרעדינג נאך א פארקויפינג (selloff) פון 5 פראצענט, און עס פארמאכט די מארקעט פארן טאג ווען זי פאלט (פארקויפט זיך) 7 פראצענט, היינט האט עס געארבעט און טשיינע האט טאקע פארמאכט די מארקעט פריער....
די גאנצע וועלט מארקעט איז אראפ כאטש 2 פראצענט, אין אמעריקע איז די ס פ 500 אראפ מיט איבער 50!! פאינטס...
וועסטו וועלן פרעגן פארוואס (מיטן ואני ניגון), העל איך דיר מסביר זיין אז די טשיינע מארקעט איז געשטיגן זייער שנעל, און א יעדע סימן פון אפשוואכונג נערווירט די אינוועסטארס. היינט איז ארויס א סטאדי וואס ווייזט אז טשיינע איז אביסל שוואכער.
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 10:50 pm
דורך קאמפיאטער
בלויע רעקל האט געשריבן:טשיינע האט געטראסקעט 7 פראצענט, אוגוסט האבן זיי איינגעשטעלט א סיסטעם וואס שטעלט אפ טרעדינג נאך א פארקויפינג (selloff) פון 5 פראצענט, און עס פארמאכט די מארקעט פארן טאג ווען זי פאלט (פארקויפט זיך) 7 פראצענט, היינט האט עס געארבעט און טשיינע האט טאקע פארמאכט די מארקעט פריער....
די גאנצע וועלט מארקעט איז אראפ כאטש 2 פראצענט, אין אמעריקע איז די ס פ 500 אראפ מיט איבער 50!! פאינטס...
וועסטו וועלן פרעגן פארוואס (מיטן ואני ניגון), העל איך דיר מסביר זיין אז די טשיינע מארקעט איז געשטיגן זייער שנעל, און א יעדע סימן פון אפשוואכונג נערווירט די אינוועסטארס. היינט איז ארויס א סטאדי וואס ווייזט אז טשיינע איז אביסל שוואכער.
וואס די חילוק פון פארמאכען אין אפשטעלען טרעדינג?
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:59 pm
דורך בלויע רעקל
אפשטעלן: איז סוספענדירן פאר 15 מינוט. פארמאכן: איז סוספענדירן פארן טאג און מען גייט אהיים.
נאך א וויכטיגע נקודה צו וויסן איז: טשיינע האט אין אוגוסט איינגעשטעלט א ראל אז גרויסע שעיר האלדערס (טריליאנס) טארן נישט פארקויפן זייער סטאקס פאר א שטיקל צייט, די "שטיקל צייט" ענדיגט זיך דעם קומענדיגן פרייטאג, און דער עולם ווארט מיט שפאנוג צו זעהן וואס וועט פאסירן, עס קען פאסירן דריי זאכן 1) נאך א קראך וואס וועט אויפשאקלען די מארקעטס פונדאסניי, 2) אלעס וועט בלייבן און עס וועט אדורך גיין בשלום, וואס דאס קען הייבן די מארקעטס, 3) זיי וועלן פארלענגערן די געזעץ, וואס דאס וועט אויך מעגליך הייבן די מארקעטס.
אויך טוט טשיינע קויפן סטאקס מיט גאווערמענט געלט צו האלטן די פרייזן דארט, דאס איז שוין א לאנגע הסבר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:19 pm
דורך בלויע רעקל
בלויע רעקל האט געשריבן:נאך א וויכטיגע נקודה צו וויסן איז: טשיינע האט אין אוגוסט איינגעשטעלט א ראל אז גרויסע שעיר האלדערס (טריליאנס) טארן נישט פארקויפן זייער סטאקס פאר א שטיקל צייט, די "שטיקל צייט" ענדיגט זיך דעם קומענדיגן פרייטאג,
טשיינע האט פארלענגערט די "דאנט סעל ראל".
נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 10:51 pm
דורך בלויע רעקל
די מארקעט איז געפאלן פרייטאג, די VIX איז הויך, אלעס וועגן טשיינע, לדעתי א גוטע געלעגענהייט.
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:18 am
דורך בלויע רעקל
יעצט געהערט אז שמעון ראלניצקי האט א שיינע פינאנציעלע אנאליז אויף קול מבשר 3-8, איך האב געהערט א חלק, און ער רעדט זייער צום זאך. שכויח רבי שמעון.
נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:58 am
דורך בלויע רעקל
מארקעט פאלט שוין זייט די יאר האט זיך אנגעהויבן אן קיין אויפהער.