בלאט 1 פון 2

האט איהר אמאהל געכאפט?...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:18 pm
דורך ונבנתה העיר
אמאהל פלעגן מענטשן לעבן 45 – 50 יאהר און זיך נישט געשפירט בא'עוול'ט, עס איז געווען א פול ענד עקאמפלישט לייף, מען האט פארפולקאמט תורת ברסלב / חכמת הקבלה / די געזעצן פון מאושען, און אפגעשטארבן בשיבה טובה, זקן ושבע.

------------

'יעדע פיהר וואכן' און 'נאר צוועלף מאהל א יאהר' איז די זעלבע זאך.

----------

דער אויבערשטער וועלכער זיצט דארט אויבן האט שוין אסאך צאמגעזעהן אין היס לייף, ער איז אן עינטשענט ארטיפעקט.

איהר כאפט אז ער איז דער זעלבער – בפועל ממש, נישט עפעס א ממלא מקום, היינטיגער טאהשער ווס. דער שרף הראשון – וועלכער איז געזיצן על כסא ממלכתו ווען א פרייד האט איבערגעפולט זיין הארץ: אה... קוק, מיין אברהם גייט אריין אין פייער, וואס טוה איך מיט נמרוד? אפשר בין איך איהם מגלגל אין בלעם?

דער זעלבער איז געווען פארנומען מיט קרח, מיט היטלער און גערינג, און נעכטן האט ער פארהאנדעלט צווישן צפון און דרום קארעא.

שטעלט אייך פאר אז אבאמא דרייעט זיך שוין דא צוויי הונדערט יאר, ער פלעגט אמאהל אויסשרייען 'צום באפעל' פאר נאפאליאן, הי שאלד בי ען אינטערעסטינג גאיי.

ווי שאלד גאו טאלק טו הים...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:45 pm
דורך שמעון וואלף
די פארקערטע איז די זעלבע

נישט גרויס = יא קליין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:19 pm
דורך ציבעלע-קיגל
לייג אוועק דעם פלעשעל און שרייב נאך אמאהל, מען זאהל קענען פארשטיין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
אוי ציבעלע, דו כאפסט נאכאלץ נישט...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:40 am
דורך ונבנתה העיר
איין צד פון צוויי וואס האט צו זיך 10 פראצענט, האט אטאמאטיש 90 פראצענט קעגן איהם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
איך פארגין נישט דעם אובאמא'נען צו זיין א גולגול פון עפעס א ווער ווייסעך וועם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:59 pm
דורך פרייוויליג
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:לייג אוועק דעם פלעשעל און שרייב נאך אמאהל, מען זאהל קענען פארשטיין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:לייג אוועק דעם פלעשעל און שרייב נאך אמאהל, מען זאהל קענען פארשטיין

ליין עס איבער נאכאמאל העסטו פארשטיין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:16 pm
דורך ונבנתה העיר
דעספייט וואס די בילדער שלאגן פאר איז די וועלט נישט געווען בלעק ענד ווייט בשעת'ן קריג, קאלירן זענען געהעריג אנגעגאנגען.

אין אוישוויץ זענען געווען רעגנדיגע טעג און שיינע וועטערן, פון צייט צו צייט איז א פויגל אריינגעפלויגן. אמאהל איז געווען שרעקליך יומיד און אמאהל פיינע פרישע לופט און טל-באדעקטע גראז.

משנה לשנה האט זיך א ספיידער באוויזן אין איינעמ'ס בעט, אמאהל איז אפי' פארגעקומען א דראמאטישער געיעג צו דערווישן דעם חוצפה'דיגן וואטער-באג.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה העיר האט געשריבן:משנה לשנה האט זיך א ספיידער באוויזן אין איינעמ'ס בעט

בעט? דו מיינסט די האלצערנע שעלווס??

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 8:41 pm
דורך ונבנתה העיר
יום כיפור קומט נישט ארגינעל אז פארקלעבטע, פארשלאפענע טאטעס אין קיטלען זיצן אין קאלטע עיר קאנדישען און קוקן אויפן זייגער, עס איז א גלות תוצאה.

אין ארגינעלע אידישקייט האבן ווארשיינדליך טייל פון די ירושלימער איינוואוינער באזוכט אין בית המקדש, זיך געשטופט [לויט קינדליין: מיט גרינע בעקיטשעס און ווייסע זאקן...] צו כאפן א בליק ווי דער כהן גדול טוהט וואס ער האט צו טוהן, און טייל זענען געגאנגען שלעפן די האר פונעם איש עתי.

און די וואס האבן נישט געוואוינט אין ירושלים?

פערהעפס האבן זיי שפאצירט געמיטליך ביים כנרת.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 8:59 pm
דורך נהורא נפישא
Or maybe they went to watch how the daughters of Jerusalem dance in the wineyards 

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:00 pm
דורך שמעקעדיג
פערהעפס? דאס ברויך א מקור.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:19 am
דורך אהרן
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.


דער פערהעפס איז נישט קיין חידוש וואס איז נאר בזמן שבית המקדש קיים מען דאס קען מען זען בימינו אלה אין פאליש אדער אויפן בריק גאר.
אויב בין איך עומד בסוד קדושים איז [tag]ונבנתה העיר[/tag]׳ס כוונה אז אנשטאט זיצען מיט רויטע נעזער און שמעקן טאביק און דאס איינציגסטע ערלויבטע שמייכעל איז נאר ביים מסביר זיין דאס שמעק בשמים אז הגם עס איז א מבוכה אין די פוסקים, אבער מיר טוען עס דאך נאר משלים צו זיין די מאה ברכות, אבער ווען מיר וועלן שוין זוכה זיין לחזות בנועם ה׳ מען וועט ארויפפארן קיין ירושלים, אה די האסט אויפגעוועקט די געגועים, מען וועט ארויפגיין צום ביהמ"ק, מען וועט צוקוקען א עבודה, מיטן גאנצען פראכט, מען וועט שטיין עומדים צפופים, אדורכשמועסן א סוגיא מענינא דיומא, אוי טאטע נעם אונז שוין ארויס פון דעם גלות, צוריק צום נושא, די געדאנק איז אז הויעכפונקט וועט זיין דער כהן גדול עומד ומשמש, נישט דעם יוכ"פ וואס ווייסן פון.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:35 am
דורך [NAMELESS]
מ'פלעגט כאטש געבן עפעס אויסצופאסטן אין ביהמ"ק ?

Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:44 am
דורך אהרן
בן אדם האט געשריבן:מ'פלעגט כאטש געבן עפעס אויסצופאסטן אין ביהמ"ק ?

ויו"ט היה עושה בצאתו מן הקודש, לכאורה האט די רעביצען צוגעשטעלט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:48 am
דורך [NAMELESS]
דאכט זיך אז נאר פאר די כהנים

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 6:40 am
דורך מבקר
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.

קוק דא פאר אפאר אינטערעסאנטע מקורות.

Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 8:09 am
דורך דעת תורה
וואסערע מקור ברויך מען? נאך היינט איז דער מנהג פון אסאך מקומות אז מען זיצט נישט א גאנצן טאג אין שול, מען דאוונט די תפילות ווי לאנג ס'נעמט און מען גייט אהיים, פערהעפס אפילו שפאצירן, און שפעטער קומט מען צוריק צו מנחה און נעילה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 8:55 am
דורך געוואלדיג
מבקר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.

קוק דא פאר אפאר אינטערעסאנטע מקורות.

מבקר, איך גלייב נישט אז דו ביסט מסכים מיט יענע שטותים, איין שטיק דמיון און תאוה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 5:18 pm
דורך נהורא נפישא
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.

אמר רבן שמעון בן גמליאל לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי לבן [שאולין שלא לבייש את מי שאין לו כל הכלים טעונין טבילה] ובנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים (משנה תענית)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:13 pm
דורך petergrifin
.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:37 am
דורך George
דעת תורה האט געשריבן:וואסערע מקור ברויך מען? נאך היינט איז דער מנהג פון אסאך מקומות אז מען זיצט נישט א גאנצן טאג אין שול, מען דאוונט די תפילות ווי לאנג ס'נעמט און מען גייט אהיים, פערהעפס אפילו שפאצירן, און שפעטער קומט מען צוריק צו מנחה און נעילה.


נא? ביי אונז דאווענט מען אויך ווי לאנג ס'נעמט און מען גייט אהיים, די מחזור איז אבער זייער דיק און עס נעמט 12 שעה צו ענדיגן.