בלאט 1 פון 1
ווערטער פון ניגונים
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:34 pm
דורך קוגל
אמרתי לעצמי אז עס וואלט געווען א דבר טוב צו האבן א אשכול ווי מען קען אנפרעגן די ווערטער פון ניגונים
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:35 pm
דורך קוגל
למשל: האב יאך געזוכט די ווערטער פון די ניגון אני ישנה געזינגען אויף לוי פאלקאוויטשנ'ס אלבוים:
אני ישנה ולבי ער
קול דודי דופק פתחי לי יעצט פאר מיר
עפן אויף דיין טיר פתחי לי
קלאפ קלאפ קלאפ ביי מיר
קלאפ קלאפ איך עפן דיר
קלאפ קלאפ יודעלע
איך ווארט שוין לאנג אויף דיר
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:37 pm
דורך קוגל
פון יואל קליין:
דע לך בני שבכל מצב שהוא
הקדוש ברוך הוא איתי,
מיר זענען דיינע קינדער
און דו ביזט אונזער טאטע
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:12 pm
דורך א איד
אני ישינה שטייט אין שיר השירים. און די אידישע ווערטער קומט פון לוי אליינס בפשטות.
דע לך בני שטייט ערגעץ אין ליקוטי מוהר"ן כפי זכרוני, און די אידישע ווערטער איז אפגעטטיטשט אין אידיש פון אנו בניך ואתה אבינו, פון איינע פון די פיוטים פון יום כיפור.
די ניגון קומט און שטייט פון ניקלשבורגע רבי, לעטענס האט ער עס אנגעהויבן צו זינגען לעבעדיג, נישט אזוי שטייט וואס האט א שמעק פון אנזעץ, און יואל קליין האט צוגעלייגט דע לך בני.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:21 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:אני ישינה שטייט אין שיר השירים. און די אידישע ווערטער קומט פון לוי אליינס בפשטות.
דע לך בני שטייט ערגעץ אין ליקוטי מוהר"ן כפי זכרוני, און די אידישע ווערטער איז אפגעטטיטשט אין אידיש פון אנו בניך ואתה אבינו, פון איינע פון די פיוטים פון יום כיפור.
די ניגון קומט און שטאט פון ניקלשבורגע רבי, לעטענס האט ער עס אנגעהויבן צו זינגען לעבעדיג, נישט אזוי שטאט וואס האט א שמעק פון אנזעץ, און יואל קליין האט צוגעלייגט דע לך בני.
די טאן פון ״מיר זענען דיינע קינדער״ איז א איר-אלטער, נאר ניקלשבורג׳ע רבי האט עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, און זעט זיך אויס אז עס איז געפאלען פאר יואלי קליין.