דער סוד פון דאנאלד טראמפ'ס הצלחה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3591 מאל

דער סוד פון דאנאלד טראמפ'ס הצלחה

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]וויצן אין א זייט געלייגט... טראמפ שפאנט מיט גרויסע טריט אויפ'ן וועג צום ווייסן הויז. וויפיל מען האט שוין ‏געזאגט און געשריבן, געשריגן און אויפגעוויזן, אז עס איז נאר א צייטווייליגע זאך, דער עולם איז עקסיידעט ‏וואס דער משוגענער האט צו זאגן, אבער עס וועט גאנץ שנעל אויסוועפן; שטייט ער אבער נאכאלץ גאר שטארק ‏אין די אנקעטעס. נישטא וואס צו רעדן, א גרויסער עולם האלט פון אים און זענען זיינע פייערדיגע חסידים.‏

פון די אנדערע זייט, ביי די דעמאקראטן, האבן זיך נישט ארויסגעשטעלט צופיל ערנסטע קאנדידאטן. די ‏איינציגסטע נארמאלע קאנדידאט, רביצין קלינטאן, איז פארנומען מיט'ן נישט ענטפערן אויף די הארבע פראגעס ‏וואס די רעפארטערס פרעגן איר וועגן די באשולדיגונגען וואס זענען באקאנט געווארן איבער אירע אימעילס. ‏חדשים לבקרים קומט יעדן טאג ארויס פרישע נייעסן איבער דעם, און ס'זעט נישט אויס ווי זי וועט טרעפן אזוי ‏שנעל א וועג ארויס. איר קאנקורענט, סענדערס, קוקט אויך נישט אויס ווי ער וועט צופיל מצליח זיין. און ‏דערווייל האבן די דעמאקראטן נאכנישט אהערגעשטעלט איינעם צו דער זאך.‏

זאכן קענען זיך נאך אסאך טוישן, אבער ווי מיר שטייען יעצט זעט אויס ווי טראמפ וועט זיך דארפן קווענקלען צו ‏ער זאל פליען מיט'ן עיר-פארס-וואן צי ענדערש מיט'ן טראמפ-פארס-וואן, און ער וועט טאקע בויען א פרעכטיגן ‏וואנט ארום דעם ווייסן הויז, באצאלט דורך די מעקסיקאנער.‏

די אנאליסטן וועלכע האבן פאראויס געזאגט אז די קאנדידאטור פון טראמפ איז נאר א צייטווייליגע און עס וועט ‏צעבלאזן ווערן גאנץ שנעל, זענען נישט קיין נאראנים, זיי האבן דאס נישט סתם ארויסגעזויגן פון פינגער. ‏קוקנדיג אויף צוריק, ווי אזוי פרעזידענטליכע קאמפיינס האבן זיך געפירט אלע יארן, האט טראמפ'ס באנעמונג ‏געהאט אלע צייכענעס אז ער וועט נישט קענען אנהאלטן. צום ערשט איז ער דאך בכלל נישט קיין דיפלאמאט. ‏מען האט אייביג געוואוסט אז א פאלאטישאן דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן, אדער בעסער געזאגט ווי אזוי צו ‏שווייגן. ער דארף קענען דיפלאמאטיש אויסרעכענען די ווערטער אז יעדער זאל פארשטיין וואס ער האט ‏געמיינט צו זאגן, אבער ער זאל זיך קענען ארויסדרייען אז ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט. מען האט ‏אייביג געוואוסט אז א פאלאטישאן דארף קענען גוט דרייען מיט'ן צינג און מיט די אויגן, און רעדן האלבע ‏ווערטער אז מען זאל עס קענען אפטייטשן אויף היבש מער ווי תרי אנפין. אויך האט מען אייביג געוואוסט אז א ‏פאלאטישאן דארף זיך אהער שטעלן ווי א פשוט'ער עמך איד, אזא איינער וואס איז מעורב בין הבריות, ער ‏האלט זיך נישט משכמו ולמעלה גבוה. און דעריבער האבן זיי אייביג פרובירט זיך אהערצושטעלן אז זיי האבן ‏נישט צופיל געלט און דעריבער קענען זיי פארשטיין דעם המון. און אזוי גייט די ליסטע ווייטער און ווייטער.‏

מיטאמאל קומט אן א טראמפ און צעווארפט אלע קארטן. ער רעדט און רעדט און הערט נישט אויף צו רעדן. ‏וואס ס'ליגט אים אויפ'ן הארצן מוז ער ארויסזאגן, און טאקע ברחל בתך הקטנה, אן קיין רמזים מיט ראשי ‏תיבות און נוטריקין, און ער איז גאר דער פראנט ראנער? ער הערט נישט אויף צו רעדן פון זיין גרויסן רייכטום, ‏ווי מער מען פרובירט צו זאגן אז ער איז נישט אזויפיל ווערד ווי ער בארימט זיך, אלץ מער וועט ער דרש'ענען ‏אז ער איז נאך אסאך מער רייך ווי מען קען זיך נאר פארשטעלן. און אנשטאט אז מענטשן זאלן שפירן פון דעם ‏אז ער איז נישט דער פאסיגער פערזאן צו פארטרעטן די פשוט'ע מענטשן וואס מוטשען זיך על המחיה ועל ‏הכלכלה, זעט מען גאר אין אים די ישועה פאר אמעריקע.‏

וואס איז טאקע פשט?‏

דער תירוץ איז זייער פשוט, ווי עס זעט אויס איז טראמפ דערגאנגען דעם ריכטיגן סוד ווי אזוי אפצוקויפן די ‏הערצער פון מענטשן, ער האט פארשטאנען אז די איינציגסטע וועג צו אפקויפן מענטשן איז טאקע נאר מיט א ‏לויזן צינג. מיט דעם וואס מרת קלינטאן וועט פארן מיט אן איינפאכע באס צו קאמפיינען, וועט זי מיר נישט ‏אפקויפן אז זי איז אויף איין שטאפל מיט מיר, ווייל ווען א זשורנאליסט וועט זיך נאר דערוואגן איר צו פרעגן א ‏פראגע, וועט ער זיך פלוצים טרעפן מיט זיין פנים צו איר רוקן. אבער דער טראמפ, איך פארגין אים זיין געלט ‏מיט'ן גאנצן הארץ, ער רעדט אבער מיט מיר, ער לאזט זיך אראפ צו רעדן מיט יעדן איינעם, טאקע מיט דעם ‏ווייזט ער אז ער האלט זיך אייניג מיט'ן המון עם. און אפילו ווען ער רעדט שארף, ער זאגט ארויס אלעס וואס ‏ער האט אין בויך, אבער ער רעדט מיט מיר. יא, דער חכם מכל אדם האט שוין לאנג געזאגט "המות והחיים ביד ‏הלשון", און טאקע נאר אינעם צינג ווענדט זיך אלעס, נישט אינעם טאש.‏

איך ווייס נישט אויב טראמפ טוט דאס בכוונה, אדער פשוט פון נאטור אויס. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז דאס ‏אבער דער פאקט אז דוקא מיט זיין לויזן צינג קויפט ער אפ די מענטשהייט. כאטש וואס צומאל קען זיך זיין צינג ‏צופיל צעלאזן און רעדן וואס מען דארף נישט. וועט מען אבער פארקוקן אויף דעם, ווייל עס וועט בטל ווערן ‏אינעם גוטן געפיל אז ער איז משלנו, ער רעדט און דבר'ט כאחד האדם, ער איז אונזער גלייכן.‏

מיר פערזענליך אינטערעסירט גאנץ ווייניג ווער עס וועט זיין דער אמעריקאנער פרעזידענט. אויב עס ‏אינטערעסירט מיר נישט ווער דער ראש הקהל זאל זיין אין מיין לאקאלן בית המדרש, וואס דאס קען מיר יא ‏פערזענליך אפקעטירן, עס איז דאך בידו אויב איך זאל טרינקען די קאווע מיט קאצקע צוקער אדער מיט ‏ספלענדע, און מיט-דעם-אלעם גייט מיר עס נישט אן. איז דאך א בן בנו של קל וחומר אז עס אינטערעסירט מיר ‏גאנץ ווייניג ווער עס וועט פירן אמעריקע. דערווייל בין איך נאך קיינמאל נישט געגאנגען שטימען, דאס וואס איך ‏האב זיך בכלל רעגעסטרירט איז אויך נאר געווען א טובה צו טון פאר דעם איד וואס האט זיך געבעטן ביי מיר ‏אין ביהמ"ד. איך פערזענליך בין נאך דאכציך קיינמאל נישט אפעקטירט געווארן פון סיי וועלכן אמעריקאנער ‏פרעזידענט, נישט לטב און נישט למוטב. ניטאמאל אן אבאמא-פאון קען איך באקומען, אזוי ווי די עסקנים האבן ‏פעסגעשטעלט אז די פאונס קען מען נישט פילטערן. נו, וועט איר פרעגן פארוואס איך בין אזוי גליקליך אז איך ‏האב אנדעקט טראמפ'ס סודות.‏

וועל איך אייך ענטפערן. דער סוד איז א געוואלדיגער שליסל צו יעדן מענטש'ס לעבן. דאס קען יעדער מענטש ‏נוצן יעדן טאג מיט אלע זיינע ארומיגע, זאל עס זיין זיין ווייב אדער זיינע קינדער, זיין בעל הבית אדער זיין ‏ארבעטער, צי סתם חבירים און באקאנטע.‏

אויף אפצוקויפן דאס הארץ פון א מענטש איז נאר דא איין מייסטער שליסל, וואס דאס איז דער מויל. נישט מיט ‏געלט און נישט מיט קיין שום אנדערע וועג קען מען אפקויפן א מענטש. זאלסטו גיסן געלט אויף א צווייטן, יענער ‏וועט דיר טאקע רעספעקטירן, אויב איז ער א נארמאלער מענטש וועט ער זיך באדאנקען און ארויסווייזן אן ‏הכרת הטוב. אבער אז ער זאל דיר ליב האבן אין הארץ, אז ער זאל שפירן א פערזעליכע קשר מיט דיר, דאס ‏שוין נישט. צו דעם דארף מען נאר צוקומען צום מויל.‏

אז דו וועסט געבן יענעם גוטע ווערטער, וועסט יענעם קאמפלימענטירן ווען עס קומט זיך אים, און דו וועסט אים ‏אפילו קריטיקירן ווען נויטיג, אבער דו וועסט רעדן מיט אים ווי צוויי גלייכע מענטשן אויף איין שטאפל, מיט דעם ‏וועסטו אפקויפן יענעמ'ס הארץ.‏

די שליסל צו שלום בית איז נאר די מויל, אז דו וועסט איר קויפן די שענסטע און טייערסטע מתנות און צירונגען, ‏וועסטו מיט דעם נישט אפקויפן איר הארץ. אבער אז דו וועסט רעדן מיט איר ווי מער, וועסטו אפקויפן איר ‏הארץ און זי וועט דיר ליב האבן.‏

און ווען איך זאג רעדן, מיין איך טאקע רעדן מיט באק ציינער, טאקע אזוי ווי אונזער טראמפ. ווען עס קומט זיך ‏איר א קאמפלימענט געב עס איר גערן בחפץ לב., און ווען זי טוט עפעס וואס שמעקט דיר נישט, זאלסטו אויך ‏נישט בלייבן שטיל, נאר זאלסט איר זאגן אויף א שיינע וועג אז די זאך שטערט דיר, און דו ווילסט אז זי זאל עס ‏אויפהערן צו טון, אדער אז דו האסט חשק אז זי זאל טון עפעס וואס דו ווילסט.‏

דאס וואס איך האב מדגיש געווען אז מען זאל עס זאגן אויף א שינעם וועג, מיין איך בפירוש נישט מיט דעם אז ‏מען דארף רעדן דיפלאמאטיש און מיט רמזים, דאס איז דער ארגסטער וועג פון רעדן צו א ווייב אדער צו סיי ‏וועם. טראמפ האט אונז דאך אויסגעלערנט אז ווען מען וויל אפקויפן די מאסן טאר מען נישט רעדן ‏דיפלאמאטיש, נאר מען ברויך ארויסזאגן קלאר און דייטליך וואס מען וויל.‏

עס איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו רעדן. מענטשן ווען זיך ענדערש עסן דאס הארץ און אויפעסן דאס געזונט ‏איבער א געוויסע פראבלעם וואס ער האט מיט זיין ווייב אדער מיט א צווייטן, און ער וועט נישט צוגיין צו יענעם ‏זאגן אפן וואס באדערט אים. זיי נישט קיין נאר, לאז נישט די ווייטאג זיך אנזאמלען אין הארץ, געב עס ארויס פון ‏יענעם, וועסטו זען אז יענער וועט דיר איבערבעטן און פרובירן צו טון דיין רצון אויפ'ן בעסטן אופן.‏

עס איז מיר אמאל אויסגעקומען מיטצוהאלטן א שלום בית קעיס. בתוך הדברים איז אריינגעקומען א מעשה אז ‏איין טאג איז דער מאן אהיימגעקומען און אנגעהויבן צו האקן קעבינעטס איינס נאכ'ן אנדערן, אזש די פרוי האט ‏געקלערט אז עס האט אים געכאפט א צוזאמענברוך. דער מאן האט זיך פארענטפערט אז זיין ווייב האט א ‏שוואכקייט אז זי לאזט אפן די טירן פון די קעבינעטס און דאס גייט אים זייער אויף די נערווען. צום ערשט האט ‏ער פרובירט צו שווייגן און עס שלינגען און שלינגען, ווען ער האט געזען אז ער האלט עס מער נישט אויס, האט ‏ער איר אנגעהויבן מרמז צו זיין אז עס שטערט אים, זי האט אבער נישט פארשטאנען וואס ער וויל, ביז איין טאג ‏האט עס געקראכט, און ווען ער איז אהיים געקומען און געזען אלע קעבינעטס אפן, האט ער אנגעהויבן צו האקן ‏די טירן מיט גרויס כעס.‏

‏"האסטו פרובירט אמאל איר צו זאגן אז דאס שטערט דיר?" – האט מען אים געפרעגט. ניין, דאס איז אים שוין ‏נישט בייגעפאלן. ער וואלט דאך געקענט איינשפארן אזויפיל צער און עגמת נפש מיט איין קליינע אפנהארציגע ‏שמועס וואס ער וואלט געכאפט מיט זיין ווייב. עס איז טאקע זייער שווער צו רעדן אפנהארציג, אבער ווי עס ‏שטעלט זיך ארויס, איז פיל שווערער דאס נישט צו טון.‏

חז"ל זאגן אז די וועלט שטייט אויף דעם וואס איז בולם פיו בשעת מריבה, אויף איינעם וואס פארמאכט זיין מויל ‏בשעת א קריגעריי. דאס איז אבער טאקע נאר בשעת די קריגעריי, בשעת ווען מען כאפט א גוטע נזיפה פון די ‏ווייב, דארף מען זיך האלטן שטיל און נישט צוריק שרייען, ווייל פון יעדע ווארט וואס מען שרייט צוריק וועט מען ‏שפעטער ליידן גאר ביטער. אז מען לאזט איר אליינס שרייען, וועט זי זיך אויסבלאזן די נערווען והכל על מקומו ‏יבא בשלום. ווידעראום אויב שרייט מען צוריק וועט זי געדענקען יעדעס ווארט וואס דו האסט געשריגן אפילו ‏צען יאר נאכדעם וואס זי האט זיך שוין בארואיגט פון די קריגעריי.‏

איינמאל אבער ווען זי האט זיך שוין בארואיגט, עס קומט א שיינע לופטיגע נאכט, כאפט מען א שיינעם שפאציר ‏אויפ'ן גאס, און מען פרובירט צו האבן אן אפנהארציגע שמועס. "דו ווייסט, דאס און דאס שטערט מיר זייער", ‏‏"איך וואלט געהאט חשק דו זאלסט טון אזוי און אזוי", "ווען דו טוסט מיר ווען די זאך, וואלסטו מיר געמאכט ‏זייער פרייליך", מיט די ווערטער געבט מען ארויס די אנגעגעסנקייט פון הארצן. אפילו אויב זי וועט עס נישט ‏גלייך אננעמען, ווערט שוין אבער לייכטער אויפ'ן הארץ. און סוף כל סוף, אויב רעדט מען שיינערהייט פון א זאך ‏וואס מען וויל אויספירן, איינמאל און נאכמאל, וועט מען צום סוף פועל'ן.‏

צי טראמפ וועט געווינען צי נישט, ווייס איך נישט. דאס ווייס איך אבער יא אז מיר האבן זיך שוין געלערנט עפעס ‏גוטס פון אים.‏[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר