בלאט 1 פון 2

אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז ידוע אז עשיו שונא ליעקב און יעדער גוי האט פיינט דעם איד בתכלית השנאה נו אויב אזוי שטעלט זיך א קשיא פארוואס איז דא קאמפעניס וואס פראדעצירן ארטיקלען דייקא פאר די אידישע מארקעט, א שטייגער ווי די האנדא און טיאטע מיני ווענ'ס, באגעבא קערידזשעס, און טעיסטער טשאוס קאפי ועוד ועוד.

די תירוץ איז פשוט, זייי אלע האבן א מיטל דערמיט אריינצונארן די היימישער עולם מיט געוויסע הארבע עבירות וואס מיר כאפן נישט אייביג אבער ווען ס'ווערט נתגלה זעהט מען קלאר זייער ציל.

אצינד איז נתגלה געווארן אז די טעיסטער טשאוס פירמע האט נישט אומזינסט אויף געהאלטן א אפערעישאן פון א ביליון דוללער א יאר נאר צו מאכן קאווע פאר די היימישע כולל אינגעלייט, די ציל איז געווען סך סך טיפער, זיי האבן מיט יעדער באטל קאווע מכשיל געווען צענדליגער כולל אינגעלליט מסלתה ומשמנה פון וואס מיר פארמאגן מיט הארבע איסורים, און טאקע מיט איינע פון די שלוש חמורות וואס מיר פארמאגן דהיינו גילו עריות. און הערט וויאזוי,

אויב איר וועט גוט קוקן אויפן באטל, (גוט קוקן מיין איך אזוי דער דיין קוקט און אזויווי מ'קוקט אויפן אתרוג, מיט א פארגרעסרונג גלאז אונטער א שטארקע לעקטער) וועט איר זעהן אז דארט איז דא א געפערליכער אויסגעלאסן בילד רח"ל, אויב האבן מיר געמיינט אז פון די דאזיגע געמיינע זאכן וועלן מיר פטור ווערן מיט פילטער'ס אוף די כלים טמאים ווערן מיר אצינד געוואר אז דער זקן כסיל האט זיך זיינע וועגן וויאזוי מכשיל צו זיין אידישע קינדער, אזאש אז אפילו קאווע קען מען מער נישט אריינעמען אין א אידישע שטוב.

ס'איז טאקע אויפגענומען געווארן מיט פרייד אז עטליכע טייערע עסקנים האבן גענומען אויף זיך א פליכט צו מזרז זיין אחינו בני ישראל אנצורופן די פירמע און זיי אויף פאדערען שוין אראפ צו נעמען דער בילד, ווי פארשטייט זיך וועט דער פירמע תיקף אויספאלגן די רוף פון אחינו בני ישראל יושבי כולל וואס כאטש זייערע צייט איז באגרעניצט מיט פיל אנדערע אקטיוויטען וועלן זיי אראפנעמען די 5 מינוט לצורך קדושת ישראל.

ווי אויך ווערט באקאנט אז פון היינט און ווייטער וועט נישט אנגענומען ווערן אין די היימישע מוסדות א קינד ווואס די עלטערן פארמאגן טעיסטער טשואס אינדערהיים, דאס איז נאר ערלויבט ביי די ארבעט און נאר אויב מ'ברויך עס לצורך פרנסה

איך לייג ארויף די בילד מ'זאל וויסן אויף וואס נישט צו קוקן.
אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן דא אין שטיבל ווערט די גבאי געבעטן עס אראפצונעמען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 2:58 pm
דורך [NAMELESS]
דא האט שוין איינער מקיים געווען די ובערת הרע מקרבך. אשרינו!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
זרי'ל, רו איין דו הערסט?!
כ'קען נישט לאכן אזויפיל... :lol:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:02 pm
דורך שמעקעדיג
נו שש, טויש חתימה, רבותי ס'איז א סכנה אזויפיל צו לאכן...

עזריאל, טאמבס אפ!

עזריאל האט געשריבן:פון היינט און ווייטער וועט נישט אנגענומען ווערן אין די היימישע מוסדות א קינד ווואס די עלטערן פארמאגן טעיסטער טשואס אינדערהיים, דאס איז נאר ערלויבט ביי די ארבעט און נאר אויב מ'ברויך עס לצורך פרנסה

דא האב איך עקסטער אויסגעשאסן.....

איך האב שוין לאנג געהערט אז די עיקר מטרה פון טאיאטע און האנדע מיניווענס איז בעיקר כדי צו קענען אריינלייגן אזעלכע DVD מאשינדלעך אויפן דאך צו קענען מכשיל זיין אידישע קינדער מיט די כלים טמאים ה"י.
צא צא תאמר להם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:04 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:נו שש, טויש חתימה, רבותי ס'איז א סכנה אזויפיל צו לאכן...

ביזט גערעכט.
ס'איז א סכנה צו לאכן, ווייל מ'קען נאך חלילה לעבן.

[ודו"ק, כי יש בו עומק].

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:26 pm
דורך פרייוויליג
איבריג צו זאגן אז די אלע פארפאסער פון אזאנע סארט אקטן למשל ווי דער טעסטער טשויס משיגעס, זענען מורידין ולא מעלין. איך קוק זיי אן ערגער ווי דער וואס עסט אום יום כיפור. זיי מאכן צו שאנד און צו שפאט אידישקייט. די זעלבע סארט פארפאסער וואס ווארענען אז מיידלעך זאלן נישט גיין אויף א מאנקי באר, ווייל די קלייד הייבט זיך אויף. און איך הייב שוין אנצוטראכטן, אז די פארפאסער זענען סתם לצים וואס אינדזשויען די ווילדע פידבעק פאר אזא איינער ווי מיך. דערפאר טוען זיי דאס.

לאכט נישט! און מיין ישיבה פלעגט זיין א בחור וואס פלעגט ארויסשניידן די בילד פונעם גוי פונעם קאווע באטל. דער שניידער איז געווען א פרומער און אפילו ארויסגעשניטן דעם פנים פון א גוי.

מען דארף מאכן א אומסטאבילע היים פאר די מענטשן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:31 pm
דורך שעפטל
אין די קומענדיגע מוסדות אפליקאציע'ס וועט שוין זיין צוגעלייגט די נייע סיעף איבערן נייע פירצה:

    וועלעכע קאווע טרינק איר אינדערהיים? ___________________________________________
    אויב Taster Chice, האט מען ארפגענומען דעם אומאיידעלע בילד כפקודת המחנכים? [ ] יא [ ] ניין
    אויב יא, דאן פילט אויס ווער האט דאס אראפגענומען: [ ] טעג [ ] גדר [ ] משומר

    האט אייער קינד צוטריט צום קאווע שאנק אינדערהיים? [ ] יא [ ] ניין

    האט די שוהל ווי איר דאווענט אינדערוואכן Taster Choice קאפי? [ ] יא [ ] ניין
    אויב יא, ווערט אויסגעשניטן די בילד כפי הוראת הרבנים שליט"א? [ ] יא [ ] ניין
    ווער איז קאווע גבאי אין שוהל?___________________________________

    האט די שוהל ווי איר דאווענט שבת Taster Choice קאפי? [ ] יא [ ] ניין
    אויב יא, ווערט אויסגעשניטן די בילד כפי פסק גדולי דורינו שליט"א? [ ] יא [ ] ניין
    ווער איז קאווע גבאי אין שוהל?____________________________________

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:35 pm
דורך ליפא
וואצעפפ קומט אויף מיט גוטע סחורה אלעמאל. @שעפטל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:48 pm
דורך ברסלבער
ש'כח עזריאל פאר'ן מעורר זיין... כ'האב שוין איינגעקויפט א גרויסן סטאק פון די אלטע באטלעך. וועט זיין צו ‏באקומען ביי די שמשים...‏

אגב, איז טאקע טעיסטער טשויס א זאך וואס איז מער אנגענומען ביי היימישע אידן דוקא? איך פערזענליך האב ‏מער ליב טעיסטער טשויס ווי די בעסטע קאווע פון סטארבאקס. אפשר איז דאס טאקע נאר דער כח פון חינוך?‏

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:39 pm
דורך יואליש
פאום קאפס, וואסער און יעצט קאווע. נישט צום גלייבן וואספארא ניסיונות אידן גייען דורך די לעצטע צען יאר פאר א פשוט'ע טרינק קאווע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:39 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 5:59 pm
דורך סביב העולם
בילד

.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:פאום קאפס, וואסער און יעצט קאווע. נישט צום גלייבן וואספארא ניסיונות אידן גייען דורך די לעצטע צען יאר פאר א פשוט'ע טרינק קאווע.

א מינוט.
דו האסט פארגעסן מוסיף צו זיין די פראבלעמען מיט די מילך - וואס מ'לייגט אריין אין קאווע - אויך [די אינדזשעקשענס וואס מ'געבט פאר די קיען].

---------------
סך הכל, ווער קען טרעפן א פראבלעם מיט די צוקער? ס'איז נאכנישט אקופירט...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 6:13 pm
דורך יואליש
דאכט זיך ס'איז געווען א מאנגעל אין קאצקע ציקער לעצטענס. דאס איז זיכער אז מ'קען נישט באקומען די קאצקע געבראכן אויף 9 שטיקלעך כמנהג רבינו יואל, וואס איז א מכשול פאר זיך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
יואליש האט געשריבן:פאום קאפס, וואסער און יעצט קאווע. נישט צום גלייבן וואספארא ניסיונות אידן גייען דורך די לעצטע צען יאר פאר א פשוט'ע טרינק קאווע.

און נישט נאר די קאווע געטראנק, נאר אפילו די @קאווע שטיבל אין וואס מען טרינקט די קאווע איז אויך נישט כשר מלא נסיונות און משומר/גדר לאזט נישט אדורך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 6:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ענדעריש קוקען אויף טויזענט סמארפאונ'ס, ווי איידער טרינקען איין טראפ טעיסטער'ס טשאויס!

און איך ווייס ווען יענער קאמפאני איז ארויס דאס ערשטע מאל מיט זייער באטלעך אנשטאט'ס בעג'ס, האט דער רבי יענער טאג גערעדט זייער שוואך און אומעטיג, קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער וויל. 'זריאל\שעיה\יצחק\וכו' האבען פראבירט ארויסצונעמען פון איהם וואס דא טוט זיך, אבער דער רבי ז"ל האט נישט געוואלט אויסזאגען. 'ס'איז ארגער ווי די אנדערע פרצות וואס דער רבי רעדט יא?!' האבען זיי געטראכט, נישט האבענדיג דער מוט אויסצוזאגען בפה. אבער ביים רבי ז"ל איז זע'ען יענעמ'ס מחשבות פון די דברים הקטנים, און ער האט געזאגט הויך און קלאר 'יא, דאס איז פילפאכיג ארגער!'.
ואת אשר יגרנו בא, יעצט קען מען פארשטייען אפס קצהו וואס דער רבי האט געוואלט.
איי, ענק יונגעלייטליך. עטס וויסט נישט און ווילט'ס ניטאמאל וויסען. ס'איז געווען א רבי אין די וועלט וואס האט אלס געזען. הערט צו פון די וואס האבען געהערט, ווייל נאכאמאל וועט שוין נישט זיין אזוינס.

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:01 pm
דורך petergrifin
אדנירם האט געשריבן:
סך הכל, ווער קען טרעפן א פראבלעם מיט די צוקער? ס'איז נאכנישט אקופירט...


קען דען זיין א פראבלעים מיט סאכדעס ציקער..?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:07 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ענדעריש קוקען אויף טויזענט סמארפאונ'ס, ווי איידער טרינקען איין טראפ טעיסטער'ס טשאויס!

און איך ווייס ווען יענער קאמפאני איז ארויס דאס ערשטע מאל מיט זייער באטלעך אנשטאט'ס בעג'ס, האט דער רבי יענער טאג גערעדט זייער שוואך און אומעטיג, קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער וויל. 'זריאל\שעיה\יצחק\וכו' האבען פראבירט ארויסצונעמען פון איהם וואס דא טוט זיך, אבער דער רבי ז"ל האט נישט געוואלט אויסזאגען. 'ס'איז ארגער ווי די אנדערע פרצות וואס דער רבי רעדט יא?!' האבען זיי געטראכט, נישט האבענדיג דער מוט אויסצוזאגען בפה. אבער ביים רבי ז"ל איז זע'ען יענעמ'ס מחשבות פון די דברים הקטנים, און ער האט געזאגט הויך און קלאר 'יא, דאס איז פילפאכיג ארגער!'.
ואת אשר יגרנו בא, יעצט קען מען פארשטייען אפס קצהו וואס דער רבי האט געוואלט.
איי, ענק יונגעלייטליך. עטס וויסט נישט און ווילט'ס ניטאמאל וויסען. ס'איז געווען א רבי אין די וועלט וואס האט אלס געזען. הערט צו פון די וואס האבען געהערט, ווייל נאכאמאל וועט שוין נישט זיין אזוינס.

איר רעדט דאך ווי איינער פון די ריכטיגע אויסוועלט'ניקעס...


[ברם יזכר אותו האיש לטוב, ו[tag]עזריאל[/tag] שמו, וואס האט געעפנט סיי דעם און סיי יענעם אשכול].

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:29 pm
דורך [NAMELESS]
זאגן, זאגן זיי אז זיי זענען אויסוועלט'ניקעס
פירען, פירען זיי זיך אויף ווי אונטערוועלט'ניקעס
אבער דערגייען די יארן פון די אינוועלט'ניקעס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:זאגן, זאגן זיי אז זיי זענען אויסוועלט'ניקעס
פירען, פירען זיי זיך אויף ווי אונטערוועלט'ניקעס
אבער דערגייען די יארן פון די אינוועלט'ניקעס.

און באמת, זענען זיי אייוועלט'ניקעס...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
petergrifin האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
סך הכל, ווער קען טרעפן א פראבלעם מיט די צוקער? ס'איז נאכנישט אקופירט...


קען דען זיין א פראבלעים מיט סאכדעס ציקער..?

יא: מ'האט געפונען ברעקלעך און מבוקעות'דיגע ווייצלעך, (נישט פון די אריזאנא ווייץ.) אין די פסח'דיגע סאכדעס צוקער...!

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:36 pm
דורך סביב העולם
בילד
נעבעך ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן

.

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א באנדע שטריקער'ס ענק! אנשטאט'ס טוהן צו דער זאך, מאכט מען ווערטלעך אויף ק''ש!
רבותי, ס'איז אלול! נישט קיין צייט צו פאטשקנ'ען די צייט!
מ'האט יעצט א געלעגענהייט, חברה. מאכט'ס אין טשיינ'א נייער ספעציעלער 'קאווע פלאש בעג'ס'. נעה, מאכט'ס צוויי סארטען, מיט צוויי ערליי השגחות, לויפט'ס ארום צוזאמשטעלען חתימות, מאכט'ס א טומול קעגען איינער פון די בעג'ס, און נאכדעם א טומול צוריק, און מאכט'ס פרנסה! פאטשקע נישט קיין געלעגענהייט, ווייל באלד וועלען די וויכטיגע טעלעפאן'ן פון מאנסי פועל'ן ביים קאווע פאבריצירער און די פרוי וועט זיך שוין צודעקען, גאלען איהר קאפ, באשירצלען, אנטוהן סימ'ס כמספר סו''ד, און באקען קינד'ל. און דעמאלס איז שוין צו שפעט.
ס'איז דא אויף דעם א פסוק אין קהלת, אבער אין ביה''כ קען איך עס נישט אראפברענגען.