בלאט 1 פון 2
קאמפיוטער טעקנישען
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:24 am
דורך מאנסי אינגערמאן
הערטס צי רבותי איך בין א קאמפיוטער טעקנישען און איך וואלט זייער געוואלט אז דא זאל זיין א רוהיגע ווינקעל פאר קאמפיטער טעקנישענס צי אדורך שמיסען אלעס בנוגע קאמפיוטערס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:18 am
דורך שלום על ישראל
ובזה הוחלת?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:40 am
דורך שלאף קאפל
יאללה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:46 pm
דורך פליקער
אקעי שטיל איז שוין
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:54 am
דורך מאנסי אינגערמאן
איך האב זייער געוואלט וויסען צי ס'איז דא איינער דא וואס איז גוט באקאנט אין קאמפיוטערס
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 11:27 am
דורך אביתר פריעדמאן
איר פירט דורך אן אנקעטע אדער וואס?
שעם דיך נישט פרעג וואס דו האסט צו פרעגן, אפשר וועלן די עמך יודען דא אין שטיבעל אויך קענען ענפערן, לאו דוקא דער ''וואס איז גוט באקאנט אין קאמפיוטערס''
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:10 pm
דורך הקטן
אויב זיך לערנען קאמפיאטערס - וואס וואלט איר רעקעמענדירד?
און וואו אזוי
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:21 pm
דורך שלום על ישראל
הקטן האט געשריבן:אויב זיך לערנען קאמפיאטערס - וואס וואלט איר רעקעמענדירד?
און וואו אזוי
די ווארט "קאמפיוטער" קען באדייטן פארקויפן אדער פאררעכטן הארדווער, פארקויפן אדער פאררעכטן סאפטווער, נעטווארקינג, פראגראמינג (א פולע וועלט פאר זיך), גראפיקס, מיקסינג (מוזיק), ועוד.
Re: קאמפיוטער טעקנישען
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 5:59 pm
דורך מאנסי אינגערמאן
וואס מיינטסטו קאמפיוטערס זיך לערנען ארבעטען מיט קאמפיוטערס אדער זיך לערנען צי זיין א קאמפיוטער טעקנישען?
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
רבותי: ס'שוין דא 9 תגובות (חוץ מיינס) און מ'האט נאכנישט געפרעגט אדער געזאגט עפעס צום ענין...! אזוי קענמען אנפיללן א סאך בלעטער און גארנישט זאגן...!
Re: קאמפיוטער טעקנישען
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:51 pm
דורך טמיר
דאס איז די מוסר השכל וואס דער עולם וויל דא ארויסברענגען! האסט נאכנישט געכאפט?
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 11:27 am
דורך אביתר פריעדמאן
אקעי איך וועל זוכה זיין מיט פתיחה און איך וועל פארלייגען מיין פראבלעים וואס סאיז באמת צוטיילט אין צוויי:
מיין קאמפיוטער ארבעט זייער זייער שטייט, ווען איך קוק ביי מיין ''טעסק מענזשער'' זעה איך איז די ''פראפארמענס'' פון די ''דיסק'' איז הונדערט פרצענט און דאס איז נאך פאר איך האב אפי' עפעס געפענט וואס קען זיין די אישו?
כ'האב פורבירט צו סטאפען סערוויסעס וואס כהאב ניטש קיין מושג פארוואס סארבעט ווי למשל טיים וויוער און סהעלפט נישט אפילו איך סעלעקט ענד פראסעס טרי סקומט ארויף מיט א פרישקייט מה פשט?
Re: קאמפיוטער טעקנישען
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 11:29 am
דורך קל וחומר
אולי איז די דרייוו (ספעיס) איבערגעפילט?
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 11:38 am
דורך שלום על ישראל
Now we're talking!
ס'האט לכאורה גארנישט מיט דיסק ספעיס, נאר מיט רעם.
לאמיר הערן, גופא דעובדא היכי הוה:
- וואספארא ווערסיע פון ווינדאס האסטו?
- וויפיעל מעמארי האסטו? (דאס צו וויסן, רעכט-קליק אויפ My Computer אדער This PC, קליק אויף פראפערטיעס. עס הייסט RAM.)
- קענסטו גיבן א סקרינשאט פון Processes טעב און Performance טעב פונעם טעסק מענעזשער? פאר דו נעמסט פונעם Processes טעב, סארטיר עס צום CPU קאלום.
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 11:57 am
דורך אביתר פריעדמאן
קל וחומר האט געשריבן:אולי איז די דרייוו (ספעיס) איבערגעפילט?
כמעט ליידיג
דאס איז נישט ''מעמערי יוסעזש'' סאיז די שרייבען און ליינען פון די הארד דרייוו
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:00 pm
דורך אביתר פריעדמאן
שלום על ישראל האט געשריבן:Now we're talking!
ס'האט לכאורה גארנישט מיט דיסק ספעיס, נאר מיט רעם.
לאמיר הערן, גופא דעובדא היכי הוה:
- וואספארא ווערסיע פון ווינדאס האסטו?
- וויפיעל מעמארי האסטו? (דאס צו וויסן, רעכט-קליק אויפ My Computer אדער This PC, קליק אויף פראפערטיעס. עס הייסט RAM.)
- קענסטו גיבן א סקרינשאט פון Processes טעב און Performance טעב פונעם טעסק מענעזשער? פאר דו נעמסט פונעם Processes טעב, סארטיר עס צום CPU קאלום.
איך האב אפגרעידיד צו יונדאוס טען
איך האב 4GIG רעימ ''אבער סאיז נישט די רעם סאיז די דיסק''
לע''ע קען איך נישט נעמען קיין סקרינשאט
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:02 pm
דורך אביתר פריעדמאן
אה אפשר קען דעס זיין יוזפול איך זעה ביי איווענט וויוער אז די פראבלעיםס ID איז NO.7 איך וועל עס סירטשען
Re: קאמפיוטער טעקנישען
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:03 pm
דורך קל וחומר
דרוק די ווינדאוס קנעפל מיט די סקרינשאט קנעפל צוזאמען
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:06 pm
דורך אביתר פריעדמאן
קל וחומר האט געשריבן:דרוק די ווינדאוס קנעפל מיט די סקרינשאט קנעפל צוזאמען
כמיין צו זאגען כהאב עס נישט צו די האנט BTW ווי סעט מען אויף ווי די סקרין שאטס זאלן זיך סעווען?
Re: קאמפיוטער טעקנישען
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:08 pm
דורך קל וחומר
ס'גייט אוטומאטיש ביי די אימעדשעס פאלדער (אונטער א נייע 'סקרינשאט פאלדער')
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:09 pm
דורך אביתר פריעדמאן
קל וחומר האט געשריבן:ס'גייט אוטומאטיש ביי די אימעדשעס פאלדער (אונטער א נייע 'סקרינשאט פאלדער')
ביי מיר גייט די סקרינשאט פאלדער אין דראפבאקס מקען טוישען די דיפאלט?
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:37 pm
דורך אביתר פריעדמאן
דעווייל וואס איך וועל אויספיגערן צו פיקסען מיין פראבלעים
בין איך נייגעריג צו וויסען די דעפענישאן פון:
טראבעלשוטינג
דאמעין
סערווער
נעטיורקינג
(איך ווייס מקען מאכען א סורטש אבער אויב איינער קען עס מסביר זיין אין אידיש איז עס סאך באקוועמער)
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:40 pm
דורך שלום על ישראל
אביתר פריעדמאן האט געשריבן:דעווייל וואס איך וועל אויספיגערן צו פיקסען מיין פראבלעים
בין איך נייגעריג צו וויסען די דעפענישאן...
טראבעלשוטינג = התרות הספקות
דאמעין = ס'איז פארהאן אסאך מיני.
סערווער = א קאמפיוטער וואס שטעלט צו סחורה פאר אנדערע. אמאל איז דאס בלעטער (וועבסייט), אמאל א פייל (קוויקבוקס, וכדו'), און אמאל סתם א נעטווארק איפאסטראקטער.
נעטיורקינג = א נעטווארק כשמו כן הוא, איז עטליכע קאמפיוטערס וואס ווערן פארבינדן, צו דורך א ווייער, צו דורך ווייפיי, צו דורך די אינטערנעט.