בלאט 1 פון 1

הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז"ל

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:55 pm
דורך ראוונע
געווען א ווארעמע חסידישע ליובאוויטשער חסיד אונטערען אייזערנעם פירהאנג
האט אסאך ארויסגעהאלפען הרה"ק מריבניץ זצ"ל צו אויפטוען פאר אידישקייט מיט מסירת נפש

ווער ס'האט עפעס שיינע מעשיות פון זיין מסירת נפש פאר אידישקייט אין די שווערע יארן אונטער קאמוניזם אין רוסלאנד ווערט געבעטן עס צו מיטטיילן מיטן עולם דא

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:43 pm
דורך ראוונע
געהערט אמאל פארציילען אויף אים אז ווען ער איז געווען פארשפארט אין סיביר איז אמאל אנגעקומען א שיף מיט סחורה אין מהאט געדארפט מענטשען זאלען עס אפלאדענען
האט מען אויסגערופען ווער עס וויל וואלונטירען צו גיין העלפען אפלאדענען דעם שיף. רבי מענדל האט זיך גראד אנגערופען אז ער איז גרייט
אזוי אינמיטען אפלאדענען די שווערע סחורה הערט מען פלוצלינג א שטארקע פלאטשקע אין וואסער. וואס איז? איינער איז אריינגעפאלען אין וואסער
ווען מען איז געגאנגען קוקען ווער עס איז זעהט מען סאיז רבי מענדל פרעגט מען אים וואס איז געשעהן זאגט ער גארנישט איך געוואלט אויס נוצען די געלעגענהייט צו גיין אין מקוה אזאך וואס איך קען נישט טון יעדן טאג

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
פון דא.
ונבנתה העיר האט געשריבן:וזה סוד הסיפור בר' מענדל פוטערפאס:

ר' מענדל האט אמאהל געפרעגט א מתנגד וואס וואלט דער אויבערשטער געטוהן אויב ער וואלט געוואלט פטור ווערן פון די וועלט – זי זאל מער נישט עקזעסטירן, האט דער מתנגד גענטפערט: ער וואלט געברענגט א גרויסע פייער און איהר פארברענט.

זאגט איהם ר' מענדל: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...

נו [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]רוסישער[/tag], האט איר נאך מעשיות?!

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:30 pm
דורך ראוונע
געהערט אז ער איז אמאל געווען מיטען הייליגען ריבניצער רבי׳ן זי״ע אויף א ברית אין רוסלאנד אין דאס קינד האט נישט אויפגעהערט בלוטען אין סאיז געווען א גרויסע סכנה איז די ריבניצער אריין אין א דערנעבנדיגע שטוב אין זיך פארזוימט דארט פאר אפאר מינוט ווען ער איז ארויסגעקומען איז אלעס געווען מסודר
אויפען וועג אהיים פרעגט רבי מענדל פינעם ריבניצער וואס האסטו געטון דארט אין שטוב אז די קינד האט אויפגעהערט בלוטען? זאגט אים די ריבניצער איך האב געזאגט פארען אייביישטער באשעפער פארשעם מיך נישט
פרעגט אים רבי מענדל אין די האסט נישט מורא געהאט וואס דא קען געשעהן? זאגט אים די ריבניצער זאלסטו וויסען אז איך הייב נישט אן קיין ברית ביז איך זעה נישט אליהו מלאך הברית אין אז אליהו הנביא איז מיט אונז וואס דארף מען מורא האבען
זאגט אים רבי מענדל זייער שיין איך בין זייער נתפעל אבער טוטס מיר א טובה אין רופט מיר מער נישט אויף קיין ברית׳ען

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:32 pm
דורך ראוונע
א בילד פון רבי מענדל זי״ע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 2:16 am
דורך berlbalaguleh
ראוונע:נאר איך מיין אז דער ריכטיגער וועג צו שרייבן זיין נאמען איז..."פוטערפאס" מיט א "פתח" אונטער די אלף...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:16 am
דורך ראוונע
berlbalaguleh האט געשריבן:ראוונע:נאר איך מיין אז דער ריכטיגער וועג צו שרייבן זיין נאמען איז..."פוטערפאס" מיט א "פתח" אונטער די אלף...!

איך מיין אז אויף לשון הקודש איז פוטרפוס אבער שטארק מעגליך אז די ביזט גערעכט

Re: הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז״ל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:27 am
דורך ירא שמים
ער איז אוועק אין רוסלאנד ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:28 am
דורך געוואלדיג
ניין, אין ארץ ישראל.

Re: הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז״ל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:29 am
דורך ירא שמים
אביסל מער פון זיין ביאגראפיע , ווען איז ער ארויס פון רוסלאנד ווען איז ער אוועק ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:38 pm
דורך ראוונע
איך בין נישט פונקטליך באקאנט מיט די פרטים
אדרבה אויב איז דא איינער וואס ווייסט זאל ביטע אונז מזכה זיין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:31 pm
דורך ונבנתה העיר
ר' מענדל האט פארברענגט מיט די בחורים אין תו"ת כפר חב"ד, שבת מברכים אלול, האט ער געזאגט אז עס קומט אלול מוז יעדער בחור זיך מאכן אן ערענסטן חשבון הנפש אדעתא דנפשי', אהן קיין געפאפטע מעשיות, פון וואו נעמט מען געלט צו פארן צום רבי'ן אויף תשרי...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:אביסל מער פון זיין ביאגראפיע , ווען איז ער ארויס פון רוסלאנד ווען איז ער אוועק ?

אפאר לינקס איבער רבי מענדל פוטרפס:

ויקיפדיה.

חב"דפדיה.

בית חב"ד.

שטורעם נט. [בריוון און בילדער].

חב"ד אינפו. [ווידעא התוועדות מיט רבי מענדל אין 770].

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:22 pm
דורך ונבנתה העיר
די וידאו וואס שש האט צוגעצייכענט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=splRjilFBvo[/youtube]

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:32 pm
דורך ראוונע
ארבייט נישט ביי מיר