דער שורש פון געשיכטעס וואס מ'טרעפט דא און דארט
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:44 pm
פאראן געשיכטעס אין דער תורה, וואס טראגן זייער נאענטע ענליכקייטן צו פאלקלאריסטישע מעשיות וואס ווערן דערציילט אין די שריפטן פון אנדערע אלטע קולטורס. איין אזא ביישפיל איז די מעשה מיטן מבול, וואס ווערט אויספירליך געשילדערט אין פרשת נח. פאראן אנדערע פעלקער מיט ווארצלען אין דער ווייטער פארגאנגענהייט וואס דערציילן זיך די זעלבע געשיכטע, אדער א גאר נאענטע וואריאנט דערפון.
דער מבול איז אבער נאכנישט קיין פראבלעם, ווייל די פארפלייצונג האט דאך ארומגענומען גרויסע טיילן פון דער באוואוינטער וועלט פון יענע צייטן (פאראן עטליכע דעות וויפיל פון דעם ערד-קוגל איז אייגנטליך באטראפן געווארן פונעם מבול); איז דאך נישט מער ווי ערווארטעט אז אנדערע פעלקער, וואס זענען אויפגעקומען אין דער תקופה נאך דעם, זאל אויך וויסן צו זאגן וועגן יענער גלאבאלער, צעשטערערישער פארפלייצונג.
ווען מיר טרעפן אבער א וואריאנט פון א געשיכטע וואס האט לויט אונזער מסורה זיך אפגעשפילט ביי אונז ביי אנדערע פעלקער וואס דערציילן עס אויף זיך, דאן דערוועקט עס קשיות.
ס'איז נישט נאר מיט מעשיות, נאר אפילו מיט חוקים און מצוות געפונען מיר אז אור-אלטע פעלקער האבן אין זייערע אלטע שריפטן רעקארדירט געזעצן וואס לייענען זיך זייער ענליך צו ווי להבדיל אונזערע. עס מאכט זיך אזש אז אפילו דער שניט, די שפראך מיט וועלכער דער חק איז אראפגעשריבן געווארן, ענדלען איינער אינעם צווייטן.
די ענליכקייטן פונעם דבר השם וואס איז צו אונז איבערגעגעבן געווארן ביי יענעם מורא'דיגן מעמד צופיסנס פון הר סיני פאדערט א הסבר.
עס זענען פאראן צוויי מעגליכע הסברים. מ'קען זאגן אז יענע האבן די חוקים און מעשיות וואס ענדלען אין אונזערע גענומען טאקע פון אונז, אדער קען מען זאגן אז מיר האבן די זאכן גענומען פון זיי.
עס איז אבער פאראן א דריטע מעגליכקייט – אז די השגחה האט געוואלט באקענען די מענטשהייט מיט ספעציפישע חוקים, דינים, און מעשי מוסר, און האט דערפאר אזוי געפירט אז יענע זאכן, די שטיקלעך "אינפארמאציע", זאל אראפקומען אויף דער וועלט צו יענע ספעציפישע וועלט טיילן, און אויף דער שפראך און לויט'ן פארשטאנד פון די מענטשן וואס האבן געלעבט דארט און דעמאלט.
לענ"ד איז דער מהלך צום מערסטנס מסתבר. מיר טרעפן אזעלכע ענליכקייטן פון דער תורה און להבדיל אור אלטע שבטים, וואס האבן לויט אלע ווארשיינליכקייטן ביז די לעצטע עטליכע הונדערט יאר לכל היותר געלעבט אפגעריסן פון דער גאנצער וועלט, אן קיין קאמוניקאציע מעגליכקייטן צו אנדערע וועלט טיילן. אין דעם זענען אריינגערעכנט די "אינדיאנער" שבטים פון אמעריקאנער קאנטינענט, ווי אויך פארשידענע גרופעס וואס האבן געלעבט פאר זיך פארווארפן טיף אינעם ווייטן מזרח. צו זאגן אז די ערשטע בני ישראל האבן זיך באיזה אופן געטראפן מיט זיי, שוין אפגערעדט פון אויסגעטוישט געשיכטעס און אינפארמאציע, איז קרוב צו אוממעגליך.
דער געדאנק קען זיך פילן אביסל אומבא'טעמ'ט, ווייל די תורה איז הייליג און אייביג און ס'הערט זיך שווער אז דער אויבערשטער זאל, אזוי צו זאגן, טיילן שטיקלעך דערפון מיט אנדערע פעלקער, נאך דערצו אזעלכע וואס זענען געווען (און טייל זענען נאך היינט) בכלל עובדי עבודה זרה. מיר דארפן אבער געדענקען אז די קדושה און אייגנארטיגקייט פון דער תורה נעמט זיך נישט פון דעם וואס זי באשטייט פון "נייעס", חידושים וואס די וועלט האט קיינמאל פריער נישט געוואוסט; די תורה איז הייליג און נצחי ווייל זי איז דער דבר השם – אפגעזען פונעם תוכן הדברים. ווען ספר דברים וואלט באשטאנען פון רעצעפטן פאר גלוטאן-פרייע לאקשן וואלט ער געווען פונקט אזוי הייליג און הימליש ווי יעצט, ווען ער זאגט דברי מוסר און לויפט אין קורצן איבער רעלעוואנטע הויכפונקטן פון אונזער געשיכטע ביז אהין.
"לא תרצח" און "לא תגנוב" זענען צוויי ביישפילן פון תורה'דיגע געזעצן וואס דער שכל איז אויך מחייב, און וועלכע טיילן פון דער וועלט האט נאך דעמאלט (צי אביסל שפעטער) אדאפטירט מדעת עצמם. ס'וויל זיך זייער טראכטן אז אונזערע עלטערן האבן ביז מתן תורה אויך נישט געמארדעט און געפלינדערט, אבער דאס נעמט אויף קיין האר נישט אוועק דאס חשיבות און קדושה וואס האט אנגעפילט די מסתבר'דיגע געזעצן איינמאל דער אויבערשטער האט זיי איינגעשטעלט.
צו זאגן אויף שכל'דיגע געזעצן אז אנדערע פעלקער האבן זיי איינגעפירט פון זיך אליין איז טאקע באקוועמער ווי צו זאגן דאס זעלבע אויף פאלקסטימליכע געשיכטעס, וואס הערן זיך גענוג אויסטערליש אז אנצונעמען אז צוויי ענליכע וואריאנטן פונעם זעלבן סיפור המעשה זענען אומאפהענגיג געבוירן געווארן ביי צוויי אנדערע פעלקער איז נישט מסתבר. דארף מען געדענקען אז די זאכן וואס מיר פארשטייען היינט מיטן שכל אלס דברים פשוטים זענען נישט תמיד געווען אזוי קלאר און זעלבספארשטענדליך. למשל, אינעם לאנד כנען פון יענער תקופה, ווען אונזערע אור-עלטערן האבן געוואנדערט אינעם סיני-מדבר, האט געהערשט א פארדארבענע קולטור וואס האט נישט געזען גניבה און רציחה ווי פונדאמענטאלע עוולות. (פאראן אינזלען אין יענעם ראיאן וואו די אומ'שכל'דיגע אלט-כנענ'ישע קולטור האט געהערשט נאך ביז אינגאנצן עטליכע הונדערט יאר צוריק).
חז"ל זענען געווען זייער באקוועם מיט דער שפראך פון דער תורה אז זי רעדט "בלשון בני אדם", אפילו דער "מדַבר", כביכול, איז געווען דער באשעפער, כלפי וועמען ס'איז נישט שייך אנצואווענדן "משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל". דאס חשיבות פון דער תורה באשטייט נישט אין איר אייגנארטיגקייט – צוליב חידושים אדער שפראך – נאר בלויז אין דער איינער נקודה, אז די אפילו זעלבס-פארשטאנענע געזעצן זענען יעצט פארוואנדלט געווארן אין חוקי התורה על פי השם.
דאס זעלבע מיט די מעשה'לעך און געשיכטעלעך. זיי זענען נישט ספעציעל צוליב די ניסים און אויסטערלישקייטן מיט וועלכע זיי צייכענען זיך אויס, נאר מיט דעם וואס דער אויבערשטער, אזוי צו זאגן, האט זיי "רעקארדירט" און געוואלט אז מיר זאלן זיי לייענען און לערנען און חזר'ן, און ארויסנעמען פון דארט דעם מוסר וואס די חכמים האבן אונז אנגעוויזן זיי קומען אונז דערציילן.