בלאט 1 פון 3
געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:53 am
דורך נח בער
ברוכים הבאים צום בית דין של מעלה, נאמען ביטע?
- בערקאוויטש?
וואס האסטו געטאן אין דיין לעבן?
- איך בין געווען א גרויסער איש חינוך, כ'האב אנגעפירט א בארימטן מוסד און זיך איבערגעגעבן צו מחנך זיין קינדער על טהרת הקודש.
גוט, אריין אין גיהנום.
- וו-א-א-א-א-ס???!!! גיהנום? פאר אלעס וואס כ'האב געטאן קומט זיך מיר נישט גן עדן???
ס'קומט זיך דיר, אבער ס'איז נישטא קיין פלאץ!
*
טייערע אידישע ברידער, די וואך פאנגט זיך אן סקול אין די בתי חינוך, און עטליכע הונדערט אידישע מיידלעך אין עיר התורה מאנסי זענען נישט אנגענומען געווארן אין קיין סקול! זיי בלייבן אין גאס! (דאס זעלבע קומט פאר אין עטליכע אנדערע שטעט אויך אבער אין מאנסי רעדט זיך עס פון א קאטאסטראפע ממש.)
שומו שמים! מיידלעך פון עכט נארמאלע און ערליכע שטיבער האבן נישט קיין סקול ואין פוצה פה ומצפצף. און ניין, מען רעדט נישט פון מיידלעך וועלכע האבן א שלעכטן רעקארד אדער וואס, אדער עלטערן וועלכע שטעלן זיך נישט צו. בכלל נישט! א גרויסער חלק פון די מיידלעך קומען פון העכסט נארמאלע משפחות וועלכע פאלגן אויס אלע תקנות! דער תירוץ איז, ס'איז נישטא קיין פלאץ!
מיט צוויי-דריי יאר צוריק האט זיך פארשפארט אַן ערליכע סקול אין מאנסי, צוליב געלט אישוס. עטליכע צענדליגער מיידלעך, עכט פרומע מיידלעך, זענען געבליבן אויפ'ן גאס פשוט ווייל יעדער מוסד האט געזאגט, פארוואס עפעס איז עס מיין פראבלעם? ס'איז יענעמ'ס פראבלעם. היי-יאר איז דא נאכאמאל א צרה, צוליב א סכסוך אין איין מוסד זענען פופציג מיידלעך אויף די גאס, עכט נארמאלע פרומע אידישע טעכטער. דער ענטפער פון יעדן מוסד איז, ס'איז נישט מיין פראבלעם, ס'איז יענעמ'ס. און די פופציג מיידלעך זענען בלויז א חלק פון דעם ברייטן פראבלעם.
רבותי, ווער נעמט אויף זיך די אחריות פון די הונדערטער אידישע מיידלעך וועלכע בלייבן אינדערהיים און וויינען מיט זודיגע טרערן, איבער זייער ביטערן שיקזאל, און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון זיי?
ס'דארף באמערקט ווערן אז עטליכע מוסדות האבן א תירוץ אז זיי זענען ממש אנגעפולט און האבן נישט קיין פלאץ צוליב די ניי געקומענע איינוואוינער פון ברוקלין וועלכע האבן איבערגעפולט אלע קלאסן
וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די מענטשן וואס שיקן אונז ארויס שטימען? וואו זענען די רבנים? ווער דארף זיך זארגן פאר די אידישע טעכטער אויב נישט זיי?
וואו זענען די דעוועלאפערס וועלכע שארן גאלד א דאנק די וויליאמסבורגער און בארא פארקער וואס קומען אהער און זענען מייקר השער און טרייבן ארויף די פרייזן אז ס'זאל נישט בלייבן קיין עפארדעבל הייזער פאר די ארעמע מאנסיער אידן? זיי פאר'חזיר'ן די שטאט מיט טויזנטער דירות אויף שמאלע גאסן, וואס די שטאט קען נישט פארנעמען, אבער קענען נישט אראפגעבן אפאר דאלאר צו בויען בנינים פאר די מוסדות צו קענען ארייננעמען די קינדער פון די מאנסיער איינוואוינער?
פון וואנעט נעמט זיך די רשעות פון די געציילטע מוסדות'ן וואס האבן יא פלאץ אבער נעמען אויך נישט אריין קיין מיידלעך, מחמת זארג אז זיי וועלן באקומען א שלעכטן נאמען ווייל זיי נעמען יא, ווען אנדערע נעמען נישט?
ווען א צעבראכענער טאטע רופט א רב און באקלאגט זיך אז זיין טאכטער האט נישט קיין סקול איז דער ענטפער, "וואס קען איך טאן? גיי צו יענעם און יענעם עסקן. ער העלפט עלטערן וואס קענען נישט טרעפן קיין סקולס פאר זייערע קינדער." אזוי?! דו ביסט א רב אין שטאט, ס'איז דיין אחריות. ווען ס'איז דא א קריזיס פאר וועלכן ס'פארלאנגט זיך א רב מיט קוראזש, ווארפסטו עס ארויף אויף א גוטהארציגן עסקן וואס נעבעך די הייסע טרערן פון די צעבראכענע עלטערן האבן אים צוגעטרעטן צום הארץ און דעריבער פארשווענדעט ער טעג און נעכט צו העלפן אידישע קינדער און ער באקומט נישט באצאלט קיין פעני דערפאר?
מאנסיער אידן, וואס שלאפן מיר?
גייט כאפט א בליק וואס ס'טוט זיך יעדע נאכט ביי די הענגאוט פלעצער, וואו ס'פארברענגען יונגען מיט מוידן צוזאמען. די יונגען גייען נאך מיט קאפלעך, די מיידלעך גייען שוין מיט הויזן און זיי רעדן אידיש, מאמע לשון. מיט צוויי יאר צוריק זענען עס נאך געווען געציילטע קינדער. יעצט האלט עס שוין ביי צענדליגער.
יא, צענדליגער מיידלעך זענען ארויס לתרבות רעה וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין סקולס און זייער צאל וואקסט
און אונזערע רבנים שלאפן! און אונזערע דעוואלפערס שיקן אונז ארויס וואוטן אז זיי זאלן קענען ברענגען נאך וויליאמסבורגער און בארא פארקער אידן קיין מאנסי!
אויב איינער פרובירט אנרופן א דעוועלאפער און זיך אויסוויינען צו אים איבער דעם ביטערן מצב איז א שאד זיין מי. די דעוועלאפערס האבן שוין צוויי יאר צוריק אויפגעהערט אויפהייבן 845 עריע קאוד נאמבערס, ווייל זיי ווילן נישט דיעלן מיט די ארעמע מאנסיער שנארערס וועלכע קראצן צוזאם א דאלאר צו א דאלאר כדי צו קענען קויפן א הויז, ווען די 718 אידן אפפערן באלד 50 אלפים מער כדי אז דער דעוועלאפער זאל אוועקלייגן די דירה פאר אים און עס נישט געבן פאר אן אנדערן איד. און אז ער קען באצאלן 50 אלפים עקסטערע פאר א דירה האט ער נישט קיין פראבלעם צו באצאלן נאך 10 אדער 20 טויזנט דאלאר פאר'ן מוסד צו אננעמען זיינע קינדער אנשטאט די מאנסיער קינדער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:11 am
דורך שעפטל
וואס זאל איך דיר זאגן??? מ'קען סך הכל צולייגן אז דאס שפילט זיך איבער און גייט זיך איבערשפילן יעדעס יאר ליידער
פונקט א יאר צוריק האט מען באוויינט דעם זעלבן אישו
דא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:30 am
דורך [NAMELESS]
איך האב שוין באקומען די מעסעדזש היינט אינדערפרי, אבער ליידער איז דאס דער מהלך פון אונזער טראכטן גאנג, מ׳באהאלט די אמת אזוי דארף מען נישט דיעל׳ן דערמיט.
קודם דאס וואס ער שרייבט וועגן די דעוועלאפערס גיי איך נישט ענטפערן ווייל אזויפיל סעלף רעספעקט האב איך נאך.
והשנית די אמת׳ע סיבה פארוואס מ׳נעמט נישט אן אין די מוסדות אוז ווייל ׳ס׳איז נישטא קיין פלאץ׳, פשוט, ווער עס וויל זאל ארומפארן צו אלע מוסדות אין מאנסי און זעהן פאר זיך אז יעדע קלאס האט שוין 30 צו 36 קינדער, וואס זאל יעצט דער מנהל המוסד טון? ווער זאגט אז ער מוז עפענען נאך א קלאס? פארוואס איז עס זיין חיוב? אפשר איז עס די חיוב פון די עלטערן?
ווייל דער מנהל המוסד האט צוגעשטעלט א סקול פאר 30 קינדער מוז ער שוין צושטעלן פאר 60?
ווען ס׳איז דא פלאץ מילא, אבער דער אמת איז אז ׳סאיז נישט דא׳
און באמת אפילו ווען א מוסד וויל עפענען נאך א קלאס קענען זיי נישט, ווייל יעדער האט פראבלעימען מיט בילדינגס וואס איז זייער שווער צו טרעפן און צו בויען אין מאנסי, יעדע מוסד אין מאנסי האט שוין טרעילערס ווי סזענען פלאצירט קינדער, ווער ס׳וויל זיך איבערצייגן זאל אביסעל ארומפארן אין מאנסי.
די ריכטיגע לעזונג איז אז די עלטערן זאלן עפענען נייע מוסדות, נישט זיך באגראבן די קאפ ווי א בת היענה און באשולדיגן די וואס האבן שוין אמאל געטון פאר סאסייעטי און שוין געפענט מוסדות פון וואס די שטאט האט הנאה, נאר טו די זעלבע ווי זיי, זעץ דיר צוזאם מיט נאך עלטערן און עפן דיר א מוסד.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא, ס'איז א הימל געשריי, אבער נישט פאר די סבה וואס דו זאגסט. פארוואס זענען מיר אזוי אומבאלימפערט? ממילא ווען די קינדער זענען פראבלעמען, יתומים בחיי האב, צו שוואכע משפחות, האסטו א טענה, די שטאט דארף מטפל זיין מיט זיי ווייל די עלטערען קענען נישט.
אבער מיט 'נארמאלער' קינדער און 'נארמאלער' עלטערען, רבוש"ע! פארוואס קענען זיי זיך נישט אויפהייבען און טוהן צו דער זאך? פארוואס דארף אן 'עסקן\עשקן' דאס טוהן? און וואס איז אן עסקן? איינער וואס טוט. איז טו דו אויך! קיינער האלט ענק נישט צוריק. ממילא ווען מ'איז דערדרוקט אונטער א געזעלשאפט וואס לאזט נישט, קענסטו זאגען אז נאר שרייען קען מען. אבער דא, ווער האלט דיר צוריק?
טאמער מענטשען וואקסען אזוי אויף אז מ'דארף זיך נישט העלפען, נאר מוסדות, רבנים און עסקנים, איז דאס די פראבלעם. נישט אז ס'פעלט מוסדות אין מאנסי!
געהערט פונ'ן וואודרידזשע רב שליט"א – שקר אין לו רגלים, א סביבה וואס לערנט עפעס אויס פאר איהר מענטשען, איז נאר ווערט טאמער ס'שטעלט דער מענטש אויפ'ן פיס אז ער זאל קענען שפעטער אליינס לעבען. די סיסטעמ'ן וואס פאדער'ן אז מ'דארף דארט בלייבען א גאנץ לעבען, איז שקר. דער שקר וויל נישט מ'זאל אנטלויפען, שניידט ער קודם אפ די פיס. קושטא קאי, מיט'ן אמת קען מען שטייען אליינס, מ'דארף נישט בלייבען ביים רבי'ן א גאנצע טאג. ודפח"ח.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:45 am
דורך רשכבהג
די עצה פאר די מיידלעך איז צו שיקען און ישיבה יוניבערסעטי.אזוי כאטש געבען א גוטע מאדערנע חינוך. ווייל דאס איז זיכער בעסער ווי בכלל נישט קיין חינוך אין זיך דרייען אין די גאס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:47 am
דורך שעפטל
ניין ס'איז נישט אייביג מעגליך צו עפענען אן אייגענע מוסד!
1) רוב מוסדות וואס האבן זיך פארמאכט קומט טאקע פון דעם וואס עס זענען געווען זעלבסשטענדיגע מוסדות, זיי האבן זיך געמיטשעט מיטן טאג טעגליכן באדזשעט. און אסאך מאל איז דאס געווען די סיבה פארוואס דאס האט זיך אפגעשפארט. יעדער פארשטייט אז א מוסד וואס באלאנגט צו א קהילה האט פילפאכיג מער שאנסן צו בלייבן אפען.
2) אז א נייע מוסד מיטשעט זיך איז ממש נישט מעגליך בייצושטיין דעם נסיון און ארייננעמען סיי וועם וואס גייט זיי געבן אפאר ראניש, דארטן הייבט זיך אן די מערכה מיט די נייע עלטערן אז זיי גייען פילן אז זייערע קינדער זענען סעקאנד קלעס קינדער און לערנען מיט ווייסעך וועם.
3) שטאטעלעך! יעדע שטיק צייט זעהט מען אין מאנסי "מאנסי פאראייניגט!" קעגן די און די אישו, אמאל איז עס וואלן, א קאנדידאט, סתם א כינוס. ווי איז דאס אחדות יעצט? ווי זענען די רבנים "און" כלל טיער וואס פארשטייען אייביג אז מ'דארף אויף זיי האבן טראסט בלינדערהייט???
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:50 am
דורך ירא שמים
מדארף עפענען אייגענע קהלות , ווי לאנג וועט קלעקן די פאר איינצעלע קהלות וואס איז געווען גענוג פאר זעכציג יאר צוריק ?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:54 am
דורך [NAMELESS]
שעפטל האט געשריבן:ניין ס'איז נישט אייביג מעגליך צו עפענען אן אייגענע מוסד!
1) רוב מוסדות וואס האבן זיך פארמאכט קומט טאקע פון דעם וואס עס זענען געווען זעלבסשטענדיגע מוסדות, זיי האבן זיך געמיטשעט מיטן טאג טעגליכן באדזשעט. און אסאך מאל איז דאס געווען די סיבה פארוואס דאס האט זיך אפגעשפארט. יעדער פארשטייט אז א מוסד וואס באלאנגט צו א קהילה האט פילפאכיג מער שאנסן צו בלייבן אפען.
אין מאנסי איז דא אסאך זעלבסשטענדיגע מוסדות, וואס זענען שיין מצליח. און טאקע די פון די דריי עלטסטע מוסדות אין מאנסי דהיינו בית דוד, ישיבה ספרינג וואלי, בית רחל, זענען זעלבסשטענדיג.
שעפטל האט געשריבן:3) שטאטעלעך! יעדע שטיק צייט זעהט מען אין מאנסי "מאנסי פאראייניגט!" קעגן די און די אישו, אמאל איז עס וואלן, א קאנדידאט, סתם א כינוס. ווי איז דאס אחדות יעצט? ווי זענען די רבנים "און" כלל טיער וואס פארשטייען אייביג אז מ'דארף אויף זיי האבן טראסט בלינדערהייט???
דאס איז טאקע די חצי ישועה, א דאנק סט לורענס האבן זיך די מוסדות געקענט שטארק פארברייטערן, אבער כפי הנראה איז מען דאס אויך יעצט אויסגעוואקסן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:14 am
דורך שעפטל
עזריאל האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:ניין ס'איז נישט אייביג מעגליך צו עפענען אן אייגענע מוסד!
1) רוב מוסדות וואס האבן זיך פארמאכט קומט טאקע פון דעם וואס עס זענען געווען זעלבסשטענדיגע מוסדות, זיי האבן זיך געמיטשעט מיטן טאג טעגליכן באדזשעט. און אסאך מאל איז דאס געווען די סיבה פארוואס דאס האט זיך אפגעשפארט. יעדער פארשטייט אז א מוסד וואס באלאנגט צו א קהילה האט פילפאכיג מער שאנסן צו בלייבן אפען.
אין מאנסי איז דא אסאך זעלבסשטענדיגע מוסדות, וואס זענען שיין מצליח. און טאקע די פון די דריי עלטסטע מוסדות אין מאנסי דהיינו בית דוד, ישיבה ספרינג וואלי, בית רחל, זענען זעלבסשטענדיג.
קוקט מיר אויס אז דו קענסט נישט קיין איינע פון די דריי מוסדות, מיאריטעט פון "אנשי שלומינו" קענען נישט אהינשיקן. וד"ל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:15 am
דורך אניהקטן
יא, די פשוט'ע מאנסיער אידן ווייסן אז די דעוועלאפערס וועלן תיכף צוריקווארפן דעם שולד אויף זיי.
אבער ווער נאך ווי די דעוועלאפערס ווייסן וואספארא שקר דאס איז?
וויפיל מענטשן האבן שוין פרובירט צו עפענען מוסדות, און זיי האבן זיך פארמאכט ווייל זיי האבן נישט באקומען קיין שום הילף, און פון די אנדערע זייט האט מען זיי אונטערגעהאקט די פיס?
דער שרייבער דערמאנט טאקע אין זיין ארטיקל די סקול בנות חי', (דאכט זיך מיר אזוי האבן זיי געהייסן) געעפנט דורך עלטערן, וואס האט ביטער געסטראגלט פאר זיי האבן זיך פארמאכט. די אנדערע פריוואטע סקולס וואס זענען נאך דערווייל אפן מוטשען זיך אן קיין טראפ סופארט פון די רבנים און די דעוועלאפערס וואס ברענגען אהער גאנץ 11211 צו 10952, און פרייזן ארויס די לאנגיעריגע 10952 איינוואוינער פון זייערע הייזער און פון זייערע מוסדות.
נעם אזא מוסד ווי אמרי שפר וואס איז געעפנט געווארן דורך עלטערן, ווי זיי מוטשען זיך און וויפיל מאל זיי זענען שוין געקומען צו א מצב פון באנקראט. ס'איז א נס אז דער מוסד שטייט נאך בכלל אפן.
איך גיי שוין אפילו נישט אריינגיין וואספארא גיהנום עלטערן פון פריוואטע מוסדות גייען אריבער ווען זיי פרובירן אריינצולייגן זייערע קינדער אין ישיבה קטנה, וויבאלד אלס פריוואטע מוסדות זענען זיי אפגעפרעגט דורכ'ן סיסטעם.
די קלאסן זענען פול? נו אוודאי זענען די קלאסן פול, ווייל די דעוועלאפערס (רוב פון זיי וואוינען ניטאמאל דא) בויען און בויען און חזיר'ען אן די שטאט אן זיך רעכענען מיט די אינפראסטרוקטור וואס קען נישט פארנעמען דעם וואוקס.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די גאסן, וואס זענען שמאל און קליין, און האבן נישט קיין פלאץ פאר די קארס און באסעס. די זעלבע ראודס וואס זענען געבויט געווארן דרייסיג פערציג יאר צוריק, דארפן אקאמאדירן א טראפיק וואס איז פילפאכיג אזוי גרויס.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די דרעינעדזש וואס איז געבויט פאר א שטאט וואס פארמאגט אסאך לאנד און נישט אסאך פארבויטע ערד. יעדעס מאל ווען ס'קומט א גרויסער רעגן קומען פאר שווערע פארפלייצונגען אין מאנסי און אין ספרינג וואלי, ווען אין די ארומיגע ווילעדזשעס איז נישטא קיין שום פראבלעם.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט סקולס-מוסדות פאר די קינדער, זיי בויען הייזער פאר די ברוקלינער אידן וואס קומען אהער מיט אסאך געלט, אן זיך רעכענען מיט'ן פאקט אז די קלאסן זענען (אפילו לדעתם) פול.
זיי פארמיאוסן די שטאט, רעגן אויף די גוים, מאכן א שווערן טראפיק, זיצן אויף מיליאנען, און בלעימען די אומשולדיגע מאנסיער עלטערן וואס האבן שוין אלעס פרובירט און כסדר דורכגעפאלן.
שעמטס ענק!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:26 am
דורך שבת אחים
איך בין לעצטענס געוועהן אין מאנסי אויף א שבת, פרייטיג צו נאכטס ביי א שפאציר האב איךגעטראפן א גאנצע גרופע 14-16 יעריגע מיט קאפלעך אפאר מיידלעך מיט הויזן , 3 פון זיי קען איך זייערע עלטערן, פרייטיג צו נאכטס אפען גערייכערט און מחלל שבת געוועהן אינמיטן מאנסי! דעס איז נישט געוועהן ווען איך בין אויפגעוואקסן!!! איך האלט די רבנים זענען שולדיג אין דעם! און די רבנים האלטן אז די אינטערנעט איז שולדיג אין דעם!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין לעיקוואוד זענען אלע מוסדות פריוואט, און ס'האט קיינמאל קיין מוסד נישט פארמאכט פאר געלט. די וואס האבען זיך יא פארמאכט איז געווען וועגען אנדערע סבות, אפשר מיט געלט וואלט מען נישט אזוי געקימערט וועגען די אנדערע סבות.
איך גלייב נישט אז ווען עלטערען ווילען בויען א מוסד, און פייפען אן די גרויסע קאמפאני'ס און טראכטען נאר וועגען זיך און זייער קינדער און די קינדער וואס דארפען זיי האבען, וועלען זיי נישט מצליח זיין. טאמער זיי קוקען אלס איבער די אקסעל און זוכען צו געפעלען די גרויסע קאמפאני'ס, ברענגען גרויסע מנהיגים אויף באזוכען און פרעדיגען די אנדערע חלק, און נאך דעם ווילען זיי לעבען אליינס, גייט עס טאקע נישט.
איך בין נישט דארט, ווייס איך נישט. אבער מטיבן של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים, און ס'איז מיר שווער צו גלויבען אז די אומשטענדען אין מאנסי זענען אזוי ווייט פון לעיקוואוד.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:20 pm
דורך גר ותושב
עס איז כמעט אומעגליך צו עפענען א מוסד און מאנסי פונדאסניי ווייל די וואס האבן דאך געלט וועלן פאר יעדן פרייז טרעפן א אלטע מוסד אנצונעמען זייער קינדער און מען קען נישט אויפהאלטן א מוסד וואס די עלטערן זענען פון די וואס האבן נישט צו באצאלן די גרויסע געלטער און ארום גיין שנארען פארען מוסד ווער וועט דען געיבן די וואס האבן דאך געבן דאך פאר די אייגענע מוסד ווי זייער קינדער לערנען און ספעציעל אויב איז עס נישט איינגעבינדען מיט א קהילה וועלכע רב וועט אפילו געבן א כתב המלצה מען זאל שטיצען אזא מוסד.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:34 pm
דורך שעפטל
אניהקטן האט געשריבן:יא, די פשוט'ע מאנסיער אידן ווייסן אז די דעוועלאפערס וועלן תיכף צוריקווארפן דעם שולד אויף זיי.
אבער ווער נאך ווי די דעוועלאפערס ווייסן וואספארא שקר דאס איז?
אמת'דיג ווי קומען דא אריין די דעוועלאפערס אין בילד?? שמעון דושינסקיא און זעליג ווייס שטעלן צו מוסדות אין וויליאמסבורג? אברהם בער יאקאבאוויטש האט דען אנגעהויבן בויען אין וויליאמסבורג איינמאל ער האט זיך געטראפן אלס וויצע פרעזידענט אויף זיין פראקציע קיט"ל??
אניהקטן האט געשריבן:וויפיל מענטשן האבן שוין פרובירט צו עפענען מוסדות, און זיי האבן זיך פארמאכט ווייל זיי האבן נישט באקומען קיין שום הילף, און פון די אנדערע זייט האט מען זיי אונטערגעהאקט די פיס?
מיט דעם ביזסטו הייליג גערעכט!
אניהקטן האט געשריבן:דער שרייבער דערמאנט טאקע אין זיין ארטיקל די סקול בנות חי', (דאכט זיך מיר אזוי האבן זיי געהייסן) געעפנט דורך עלטערן, וואס האט ביטער געסטראגלט פאר זיי האבן זיך פארמאכט. די אנדערע פריוואטע סקולס וואס זענען נאך דערווייל אפן מוטשען זיך אן קיין טראפ סופארט פון די רבנים און די דעוועלאפערס וואס ברענגען אהער גאנץ 11211 צו 10952, און פרייזן ארויס די לאנגיעריגע 10952 איינוואוינער פון זייערע הייזער און פון זייערע מוסדות.
וואס ווילסטו שוין ווייטער פון די דעוועלאפערס?
אניהקטן האט געשריבן:נעם אזא מוסד ווי אמרי שפר וואס איז געעפנט געווארן דורך עלטערן, ווי זיי מוטשען זיך און וויפיל מאל זיי זענען שוין געקומען צו א מצב פון באנקראט. ס'איז א נס אז דער מוסד שטייט נאך בכלל אפן.
איך גיי שוין אפילו נישט אריינגיין וואספארא גיהנום עלטערן פון פריוואטע מוסדות גייען אריבער ווען זיי פרובירן אריינצולייגן זייערע קינדער אין ישיבה קטנה, וויבאלד אלס פריוואטע מוסדות זענען זיי אפגעפרעגט דורכ'ן סיסטעם.
רעדסט ווייטער שטארק צו די זאך, יא אויף דעם האט מען שוין געוויינט פאריאר, און ס'ווערט נאר ארגער און ארגער.
אניהקטן האט געשריבן:די קלאסן זענען פול? נו אוודאי זענען די קלאסן פול, ווייל די דעוועלאפערס (רוב פון זיי וואוינען ניטאמאל דא) בויען און בויען און חזיר'ען אן די שטאט אן זיך רעכענען מיט די אינפראסטרוקטור וואס קען נישט פארנעמען דעם וואוקס.
שוין ווייטער צוריק צו די דעוועלאפערס.... זאג נאר, יענקי סופר אין קרית יואל זעצט זיך אראפ מיט די הנהלת המוסדות אין קרית יואל איבערצוגיין מיט זיי צו ס'דא פלאץ אין די מוסדות פאר די נייע איינוואוינערס וואס ציען זיך ארויס פון וויליאמסבורג??
אניהקטן האט געשריבן:אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די גאסן, וואס זענען שמאל און קליין, און האבן נישט קיין פלאץ פאר די קארס און באסעס. די זעלבע ראודס וואס זענען געבויט געווארן דרייסיג פערציג יאר צוריק, דארפן אקאמאדירן א טראפיק וואס איז פילפאכיג אזוי גרויס.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די דרעינעדזש וואס איז געבויט פאר א שטאט וואס פארמאגט אסאך לאנד און נישט אסאך פארבויטע ערד. יעדעס מאל ווען ס'קומט א גרויסער רעגן קומען פאר שווערע פארפלייצונגען אין מאנסי און אין ספרינג וואלי, ווען אין די ארומיגע ווילעדזשעס איז נישטא קיין שום פראבלעם.
דאס איז א מסכת פאר זיך, האט גארנישט מיטן מוסדות אישו
אניהקטן האט געשריבן:אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט סקולס-מוסדות פאר די קינדער, זיי בויען הייזער פאר די ברוקלינער אידן וואס קומען אהער מיט אסאך געלט, אן זיך רעכענען מיט'ן פאקט אז די קלאסן זענען (אפילו לדעתם) פול.
כ'בין נישט זיכער אז ס'איז אריינגערעכענט
אניהקטן האט געשריבן:זיי פארמיאוסן די שטאט, רעגן אויף די גוים, מאכן א שווערן טראפיק, זיצן אויף מיליאנען, און בלעימען די אומשולדיגע מאנסיער עלטערן וואס האבן שוין אלעס פרובירט און כסדר דורכגעפאלן.
ווידער א מסכת פאר זיך, האט גארנישט מיטן מוסדות אישו
אניהקטן האט געשריבן:שעמטס ענק!
הונדערט פראצענט איינער דארף זיך שעמען! זאג נאר ווער...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 2:17 pm
דורך גאנצל
איך וויל פארשטיין איין זאך וואס איז געווען אמאל ? איז אלעמאל דען געווען גענוג פלאץ אין אלע מוסדות ? איז אלעמאל נאר געווען פיינע קינדער ?
ליידער מוזן מיר פעיסן ריעליטי אז די אמאליגע גוטע צייטן זענען פאריבער די אמאליגע רבי'ס מנהלי המוסד וואס האבן געארבעט לשם שמים און נישט געמיננט נאר זיך זענען שוין נישטא און פארטיג מיט די היינטיגע הארטנעקיגע חברה קענסטו בארן קלאפן זאל ער הייסן טייטלבוים האלבערשטאם אונגאר גרינוואלד האגער טווערסקי נישט קיין נפק"מ אלע מיינען היינט זיך (אינקלאדיט מיין אייגענע ....און דעם רבי'ן וואס איך נעם מיך אייביג אן פאר אים דא ......) אפילו רז"ל וואס ער פארקויפט פאר די גאס אז ער איז מער ממלא מקום פון זיין פעטער ווי זיין ברודער ר"א ווען ס'קומט צו דעם דרייט ער די זעלבע מיטן בארד און לאט לויפן צו איז דאס אין גרויסע ישיבה צו קליינע צו מוסדות ס'איז א הימל געשריי ווי מ'ווארפט זיך אונטער אפאר חברה וואס ווילן זיך רייבן די בויך איך בין די בעסטע און שענסטע זיסטע און גרעסטע און פערטיג אונז זען מיר ווי אומבאהאלפענע שעפעלעך עפענען אייגענע מוסדות איז גרינגער צו זאגן ווי צו טראכטן באלאנגען צו א קהלה איז אויך גארנישט ווערט היינט פלעין דו ברויכסט געפעלן אין די אויגן פון אפאר בשר ודס'ס (זיך איינגעהאלטן צו זאגן עפעס אנדערש) איך זעי נישט וואס אונז זען מיר בעסער ווי די ארעסטאנטן וואס ציטערן פאר זייער אייגענע שאטן און דארפן געפעלן און די אויג פון די אפיצירן היטער און ליעיזאנס אוי גלות גלות ווי גרויס ביסטו
אבינו מלכנו נקום נקמת דם עבדיך
כה דברי גאנצל וואס האסט די סיסטעם האסער און אנדערע ווערטער נישט סתם קיין סיסטעם האקער
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 2:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און ווער זאגט דיר אז אמאל איז געווען לש''ש? דעמאלס האבען זיי געדארפט קינדער, האט מען יעדער אריינגעלאזט. היינט דארפען זיי דיר נישט, פייפען זיי דיר אן.
ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז קיין חילוק נישט דא.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 2:41 pm
דורך גאנצל
האסט ניט געליינט מיין לעצטע שורה איך בין נישט קיין האסער
יא ס'איז געווען אידן וואב האבן געמיינט דעם באשעפער אויך
פארוואס זאל איך סתם זאגן אז זיי האבן עס געמיינט שלא לש"ש סתם ווייל אזוי געפעלט מיר ?
משא"כ איז דאס פאר אונזערע אויגן וואס אונז זעי מיר און הער מיר די פרעכע גלייכגילטיקייט פארוואס דארף איך אים נעמען ? וואלט איך געזאגט אז וועם זיי נעמען יא מיינען זיי אויך זעך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
ר' נח בער: מ'דערקענט אז דיינע ווערטער זענען דברים היוצאים מן הלב. איך ווייס נישט אלע פאקטן פון דעם מצב. ווייל איך בין א איד פון 718. און נישט פון 845. אבער איין זאך ווייס איך יא. אז אזא מצב איז אומדערטרעגליך און ס'גייט אריין אין כלל פון לא תעמוד על דם רעיך.
די רבנים, וועלכע זענען די עיני העדה דארפן צו זיין די ערשטע וועלכע זאללן זיך זארגן איבער אזא ערנסטן פראבלעם. צו לייזן דעם פראבלעם דארף שטיין העכער פון אלע פאליטיק און פון אלע חשבונות.
ס'וואלט געדארפט צו זיין א וועד פון עטליכע רבנים וועלכע זאללן אנפיהרן מיט אויפבויען נייע סקולס (און חדרים) פאר די אידישע קינדער. איך בין זיכער אז ס'דא גענוג בילדינגס אין די גרעיטער מאנסי עריע וועלכע וואלטן געקענט זיין צוגעפאסט פאר א סקול. דער תירוץ אז ס'נישטא קיין געלט איז אויכעט נישט אמת. ווייל ..."אין עניות בציבור"...און מ'קען אויפטרייבן דאס געלט כדי צו ארגאניזירן און אויפבויען בתי חינוך פאר די ערליכע אידישע קינדער פון שטאט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:42 pm
דורך שמעקעדיג
איך וואלט געטוישט דעם קעפל פונעם אשכול, אנשטאט שרייבן "מחנך" וואלט איך געשריבן "מנהל המוסד".
אדערווייז איז דאס אן ארטיקל וועלכע שניידט שטיקער, ליידער הייליג אמת יעדעס ווארט.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 4:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אמת איז אז אין לעיקוואוד איז עס נישט סתם אזוי אז מ'פיהרט אויס,נאר ס'איז דא א וועד פון בעה''ב וואס זיי טיילען איין די איבערגעבליבענע קינדער, כדי אז קיינער בלייבט נישט אינדערויסען. אזוי דארף קיין שום מוסד נישט מורא האבען אז אלע פראבלעמען וועלען בלייבען זיינס אדאנק זיין מסכים זיין צו נעמען אפאר.
אבער דאס קומט מיט א פרייז. א. זיי האבען איינגעטיילט אז יעדער איינער מוז זיך איינשרייבען ביי אפאר מוסדות, און זיי וועלען נישט העלפען טאמער דיין איינציגסטע לכתחלה מוסד נעמט נישט אריין. מ'פארלירט האלב די אוטונומיה אין וויילען א מוסד. ועוד והוא העיקר, ווען די הויפטקווארטירען ווילען איינעם לערנען לעקיש, העלפט איהם שוין נישט קיין פודנו ומצילנו. למשל א איד א גרויסע עושר, האט זיך אקעגען געשטעלט אין די לאקאלע וואלען. ער האט שיער געוואנען, נאר מ'האט איינגערעדט די גויים אז ער וויל זיך מיט זיי שלאגען! צווישען די אידען האט ער געוואנען. מה עשו חכמינו? ער האט דעמאלס געהאט צווילינג מיידלעך צו שיקען אין היי-סקול. טראץ דעם אז ער איז א גרויסע עושר, האט קיין שום מוסד איהם נישט אריינגעלאזט. מ'האט איהם פראבירט מחתים צו זיין אז ער וועט שוין גארנישט טוהן אין פאליטיק, און ווען ער האט נישט געוואלט האט ער געמוזט שיקען זיין טעכטער אין אנדערע שטעט. ווען נישט פאר'ן וועד, וואלט דאס נישט געקענט געשען.
אליה וקוץ בה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 4:31 pm
דורך moshav zekeinim
אליהו זוטא (ט"ז):
"שונאיכם: אילו מלמדי תינוקות שקורין ואין שונין. ואם קורין ושונין אין בהם דעת. ואסור לכבדן. ומכבדן יורש גיהנם לעצמו"
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:24 pm
דורך ריינער
ערעב נח בער, האבן די עלטערן פון די קינדער פרובירט איינצושרייבן אין מונקאטש, אמרי שפר, בנות דרך ישראל?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:34 am
דורך קאווע טרינקער
א שרעק וויאזוי קלוגע מענטשן פארלירן דעם דעת און באשולדיגן "יעדעם" בשעת זיי ווייסן ניטאמאל צו די "טענות" איז בכלל קראנט.