בלאט 1 פון 1

בתי מדרשים און בארא פארק והמסתעף

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:11 pm
דורך רושם
אזוי ווי סקומט צוגיין די הייליגע טעג-High Holidays ,און מגרייט מיר זיך אפצוזיצען די נעקסטע חודש בין כותלי בית מדרש,וויל איך דא עפענען א אשכול ווי מקען אויסצושמועסן פארשידענע נייטראלע פאבליק בתי מדרשים,די מהות פון די בית מדרש,די סארט יודען וואס דאווענען דארט,די רוח און אמאסטפער,די רב ומהותו.
לזכות את הרבים ולהיות לאחיעזר פון די יודען וואס זיכען א בית מדרש לפי רוחם וטבעם,וכשם שאין פרצופיהם שוות כך אין דיעותיהם שוות,איעדער זוכט עפעס ווי ער קען זיך אריינפאסען,אדער ווי ער פיהלט קאמפארטעביל,וויל איך דא שרייבען אפאר וואס איך בין באקאנט,און איך בעט ווער סקען צולייגען זאל ביטע צולייגען.
איך האב נאכנישט געוואלט ארויפלייגען די אשכול פאר איך שרייב אפאר בתי מדרשים,אבער בטעות האט זיך דער אשכול ארויפגעלאדענט אנשטאט סזאל ווערען א דרעפט,היות איך בין פריש און שרייבען ווייס איך נישט וויאזוי צוריקצודרייען די זייגער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:17 pm
דורך קאווע טרינקער
*אין בארא פארק.

איעצך, טייפ אראפ די 300+ בתי מדרשים, און דר'עולם וועט מגיב זיין על הסדר.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כזאג ברוח הקודש אז די אשכול גייט אנקומען אין צימעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:27 pm
דורך ירא שמים
די ספרדישע שול האט נאך א מנין ינ"ר מיט א חזן און קאפעליע ?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:33 pm
דורך רושם
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כזאג ברוח הקודש אז די אשכול גייט אנקומען אין צימעס

איך האב געשריבען פאבליק נייטראלע בתי מדרשים.
איך מיין אויסדרוקלעך נישט קיין בתי מדרשים פון א פארטיי אדער פון א משפיע,איך רעד פון פאבליק בתי מדרשים וואס פארלאנגען נישט אז מזאל זיין א חלק פון א פארטיי,אדער זיך מדבק זיין און א משפיע,נאר סאיז סך הכל א מקום צו דאווענען.
מטרת האשכול, להיות לאחיעזר פאר די וואס זיכען א בית מדרש ולא לטנף בצימעס.

Re: בתי מדרשים און בארא פארק והמסתעף

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:48 pm
דורך ירא שמים
נו , אדרבה איך בין אינטערסירט , לאמיר הערן וואו איז דא עפעס א ביהמ״ד מיט שיינע בעלי תפילה , וואו מקען קויפן א פלאץ און קומען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 8:06 pm
דורך רושם
א׳)
דאמבראוו
דיסקלעימער,איך האב נאר איינמאל אריינגעפאלען דארט משום סיבה,אבער איך וועל פרובירען מיין בעסט און ווער סאיז וויליג זאל צופילען נאך
געפינט זיך אויף 50 צווישען 13 און 14 נענטער צו 13,די בית מדרש איז א שיינע סייז בית מדרש. סהאט די אלטע אויסקוק ברוינע ווענט, אלטע ספרים שראנק און אסאך אלטע ספרים און א ווי אוכט די גערוך שפירט זיך ווי די בתי מדרשים וואס אונז פלעגן דאווענען אלץ קינד,קיין ברעקיל מאדערנקייט.
סדאווענט דארט א שיינע עולם,פרייטאג צונאכטס קען זיך ציילען היבש איבער פופציג מתפללים.
סאיז דא דארט א חלק ניכר מתפללים קבועים און סאיז א סטעיביל בית מדרש.
א שיינע חלק זענען גאליציאנע יודען,עלטערע אין מידעל עידזש ווי אוכט יוגעלייט.
די אמעסטאפערע איז ערענסט מדאווענט געלאסען און געשמאק מיט די גאלאציאנע געזאנגען סהאט א צורה פון א בית מדרש,אבער פון די אנדערע זייט אוכט רואיג נישט פארקוועטשט.
די רב זעעט מיר אויס גאנץ באשיידען ער באדערט נישט,און זיין יישות שפרייט זיך נישט אויס איבער די גאנצע חלל.
אוועראלל פאר א גאלאציאנער איז עס לכאורה גאנץ א פיינע אפשעין.
סדאווענען דארט אפאר גאר ערענסטע יודען פון שטאט,איך וויל נישט שרייבען קיין נעמען פון מענטשען ווייל איך האלט נישט אז סאיז ריכטיג.

עד כאן מיין אנאליז אויף דעם בית מדרש ווער סווייסט מער ביטע שרייבען מער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:24 pm
דורך חכימא דיהודאי
כ'פלעג דאווענען דארט ווען כ'האב געוואוינט אין די געגנט נאך מיין חתונה, ס'איז א איידעלע פארצייטישע פלאץ, מ'רופט די רב ביים נאמען, און ער האט ניטאמאל א אייגענע עמוד פאר זיך...

ס'איז דא דארטן א געזעמל פון עקסטרעם פרומע נטורי קרתא'ניקעס, אבער זיי באדערן נישט. איך האב נישט געטראפן אין די שטאט וואו איך וואוין יעצט אזא רואיג ווינקל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:48 pm
דורך אספקלריה
ב)
נחלת ישראל
געפינט זיך אויף 51 bt 15 און 16.
איך האב קיינמאל נאכנישט געדאווענט דארט,איך בין שוין געווען דארט בא שמחות און אנדערע אנגעלעגנהייטען. .
א קליין בית מדרש׳על סנעמט אריין מן הסתם נישט מער ווי 20 30 זיצען.
די בית מדרש איז שיין פריש,ריין און לעכטיג,סאיז דא דארט סעטס פון עלינו לשבח און דיע סארט ספרים.
סווירבעלט דארט א לעבעדיגע קרעמיל פון 35 40 יעריגע יונגעלייט,א געמישאכץ פון תורה׳דיגע יונגעלייט,קינדער פון תורה פערזענליכקייטען,ווי אוכט מער בעל בתישע יונגעלייט צו אפילו כמו נגידישע יונגעלייט.
די רב איז ל״ע א שבר כלי קוים ער לעבט,מזאגט אז ער איז א שטארקע ת״ח ויר״ש,אבער ער קען ליידער נישט ארויס געבען קיין סאך,הגם ער האט א שטארקע הערצה ביי די מתפללים.
פאר א מיטעליעריגע יונגערמאן איז עס א געשמאקע קרעמיל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:51 pm
דורך שמעון וואלף
ג)
קירלהאז

געפינט זיך אויף 49 סט. לעבן 16. די רב איז א צוגעלאזענער מענטש, א ביזנעסמאן און א כמעשה'דיגע יודע ספר. פון די ארגינעלע מאדערענע קהילה איז שוין זייער ווייניג געבליבן און היינט האבן זיך אריינגעריקט יונגעלייט פון די געגענט. ס'איז אלץ געווען א בעל בעתישער עולם דארט און די רב האט אויך אפאר טאלער.

די שול פארמאגט די פארצייטישע בענק מיט שטענדערס פון פארענט וואס קען ווערן אראפגעלאזט ווען מ'זוצט. אויך איז דא דארט א מקוה (מיט אן עקסטרע בור פאר די רב וואס ווערט נישט גענוצט)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:57 pm
דורך רושם
ד׳)
קאסאני 18
געפינט זיך אויף 18 קארנער 49.
א נארמאלע סייז בית מדרש.
די בית מדרש איז א רואיגע שטיל ווינקעל,סאיז נישט מאדערן געבויט אבער סאיז קלאסיש און ציכטיג ריין.
סדאווענען דארטען א קנאפע צוויי דריי מנינים,בעיקר די משפחה פון די גזע, ועוד כמה בעלי בתים פון די געגענט.
די פאר עלטערע צו מידעל עידזש בעלי בתים וואס דאווענען דארטען זענען פון די מער ערענסטע סאלידע יודען.
דאס בית מדרש פאלגט נאך א גזע און האט א מכלומר׳שטע ראביסטעווע,און די סיסטעם פארט מיט מנהגי זידיטשוב אזוי אוכט די נוסח און קרעכצען איז זידיטשוב.
די רב/רבי איז א ריזען ת״ח ידען און א שטארקע בעל כישרון און לערנען,די ראביוויסטע נעמט ביי עם א קליין ארט,ער לעבט א פריוואט לעבן און שטייט אוועק פון פאבליק,ער זיצט און לערנט מיט חברותות א גאנצע טאג.
דאס זעלבע און זיין בית מדרש ער איז נאך א מענטש און בית מדרש, און נעמט נישט איין די בית מדרש.
(אפשר און א אנדערע געלעגנהייט און אנשי שם)
די אמאסטעפער איז ערענסט,תורה׳דיג,סאיז אפשר אביסעל טריקען,איך וואלט עס נישט באטיטעלט אלץ א מוראדיגע געשמאקע בית מדרש אדער עפעס א גאוואלדיגע געזעלשאפטליכע מקום.
פאר איינער וואס זוכט אן ערענסטע בית מדרש,ווי מדאווענט ערענסט געמיטלעך נישט געצויגען,און האבען צו די זייט א רב צו פרעגן א שאלה אדער דורכרעדן א לומדות,דרוש,קבלה,בכל מקצועות התורה,איז דאס רעקמענדירט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:07 am
דורך קאצקע ציקער
איך זיך א בית מדרש מיט טעיסטערס טשויס רוב האבן ynes s***

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:18 am
דורך לית דין בר נש
ה')
טארטיקוב
לאקעיטעד אויף 55 צווישן 14 און 15 נארמאלע סייז שוהל נישט צו א הויכע דאך דאוונען דוירט די אונגערישע סארט אידן א חלק זענען שיין בעל בתיש
ווי איך האב פארשטאנען האט די פותח האשכול גיעפענט דיזע אשכול טאקע פאר די ימים נוראים
איז און טארטיקוב דאוונט ר' מאיר ברוך קאהן פארן עמוד דארף צו זיין זייער שיין
איך האב איבערגעלאזט פלאץ פאר די תושבים דוירט צו קענען מער אויסשמועסן די הייליג מקום
א מקוה איז אויך דא דוירט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:24 am
דורך לית דין בר נש
ו)
העריטידזש
לאקעיטעד קארנער 56 & 15 עס איז א ריהעב צענטער וואס האט א שוהל אונטן
עס זעהט מיר אויס איז ער גאנץ פיין מצליח ער האט געכאפט אסאך מענטשן פון די געגנט ספיציעל זוממער האט ער א גרויסע early שבת מנין
דאכט זיך מיר אז עס איז אביסל א קילערע מקום דאס דאוונען גייט היבש געשיקט מיט א פיינע קידוש נאכן דאוונען
איך ווייס נישט וואס די מצב איז דוירט די הייליגע טעג אבער איך מיין ער איז גיהעריג אפען אבער איך ווייס נישט ווער זיינע בעלי תפילות זענען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:33 am
דורך ליפא
א באקאנטער מיינער וואס ארבעט אין בארא פארק רעדט אסאך וועגן א נייעם שיינע ביהמ''ד זלאטיץ אנהויב צוועלעף געגענט. דער רב איז זאגאר אויפן וואצפ גרופ.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:39 am
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:א באקאנטער מיינער וואס ארבעט אין בארא פארק רעדט אסאך וועגן א נייעם שיינע ביהמ''ד זלאטיץ אנהויב צוועלעף געגענט. דער רב איז זאגאר אויפן וואצפ גרופ.


הרב אונסדארפער פון די עירוב איידעם ביי פריערדיגע בייטש רבי זצ״ל, גאר א פיינער געשמאקער אינגערמאן.