בלאט 1 פון 3

קורצע נייעס פון וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:39 pm
דורך ליפא
א מענהאול האט היינט געקראכט אינמיטן טאג אויף וואלעבאט גאס, קאנטענענטאל האל האט פארלוירן לעקטער אויך ODA און נאך אסאך הייזער. א חתונה איז אריבערגעפירט געווארן נאכ'ן סעודה פון קאנטענענטאל צו אימפיריעל האל צום טאנצן.
**
מען זוכט א 19 יעריגן בחור פון ווילי. וואס מען האט לעצט געזען 11 צופרי.

Re: קורצע נייעס פון וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:41 pm
דורך samiam
בילד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:43 pm
דורך ליפא
IMG-20150831-WA0097.jpg
IMG-20150831-WA0097.jpg (577.27 KiB) געזען געווארן 7200 מאל

באסעס פירן די עולם פון איין זאל צום אנדערע

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:48 am
דורך [NAMELESS]
געטראפן דעם בחור ב"ה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:55 am
דורך שעפטל
ריכטיג האט געשריבן:געטראפן דעם בחור ב"ה.

אין דזשעמעיקא שפיטאל.

א קידוש ה' געווען ווי הונדערטע אידן האבן געזיכט א גאנצע נאכט.

אידן האבן נישט צוגעמאכט קיין אויג און געזיכט ביז יעצט, און יעצט גייען זיי געהעריג ארבייטן!

מי כעמך ישראל!!!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:24 am
דורך ליפא
געטראפן אין JFK לופט פעלד דורך פארט אוטארעטי פאליציי, פון דארט האט מען אים געפירט צום שפיטאל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:11 pm
דורך Kool man
מסתמא געזוכט א היטש קיין אומאן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:24 pm
דורך שמעון וואלף
דאס איז נישט קיין ליצנות אשכול. און בכלל, די גאנצע מעשה איז א פארווייטאגטע.

נעקסט,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:36 pm
דורך לית דין בר נש
,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 12:29 pm
דורך ליפא
Myrtle & Franklin Hatzolah & @FDNY o/s with a wall collapsed by construction site, 1 patient is cardiac arrest, 2 with head injuries. No yiden involved.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 12:31 pm
דורך ליפא
IMG-20150903-WA0039.jpg
IMG-20150903-WA0039.jpg (818.56 KiB) געזען געווארן 6280 מאל

IMG-20150903-WA0041.jpg
IMG-20150903-WA0041.jpg (1.06 MiB) געזען געווארן 6280 מאל

IMG-20150903-WA0038.jpg
IMG-20150903-WA0038.jpg (436.43 KiB) געזען געווארן 6280 מאל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 12:31 pm
דורך ליפא
איינער טויט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 12:40 pm
דורך לית דין בר נש
ווער בויט עס א פריוואטע מענטש אדער א דיוועליפער?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:46 pm
דורך דריידל
א דיוועלאפער איז דען נישט א פריוואטע מענטש? א רחמנות אויף אים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:49 pm
דורך לית דין בר נש
פארקערט איך האב געהאלטן אז א דיוועליפער איז נאך א גרעסערע רחמנות דאס קען אים באגראבן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:20 pm
דורך שמעון וואלף
ס'לכאורה נישט קיין דיוועלאפער. פון די בילדער קוקט אויס ס'איז א קליינע לאט, אפשר א צוואנציגער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 4:12 am
דורך ליפא
IMG_20160825_040959.jpg

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 4:48 am
דורך דער דאס
וואס און ווי איז דאס?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2018 8:58 am
דורך בן ישי
א העפטיגע זיכעריי איז פארגעקומען דער נאכט אין וויליאמסבורג פאר א בחור וואס איז נישט אנגעקימען אין קעמפ ברוך השם ס'קימט יעצט אריין די נייעס אז מ'האט עם געטראפן.

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2018 10:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2018 10:45 pm
דורך בן ישי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווייסט איינער מער איבער דעם?

איך האב געהערט אז ס'געווען א יוד, איך ווייס נישט צו ער האט עס איבערגעלעבט

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2018 11:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווי אלט איז ער/זי געווען? פארוואס האט ער/זי זיך גענומען דאס לעבן?

נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 2:23 am
דורך בלויע רעקל
א מיטל צוואנציגער אינגערמאן, האט עס איבערגעלעבט ב״ה.