ווען פייבוש'ל אושפיצינער האט אינטערוויו'ט נאפאליאן קייסער.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15302 מאל

ווען פייבוש'ל אושפיצינער האט אינטערוויו'ט נאפאליאן קייסער.

שליחה דורך אדנירם »

[center]דער דאפלטער מעשה:[/center]


[center]א.[/center]
ווען משה ברוך מייעראוויטש האט איבערגעלעבט די וועלט מלחמה, איז ער געווען א יונגערמאנטשיק פון דרייסיג יאר אלט, און האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה ביים קריג. ווען איינער וואלט געטראפן דעם חרס הנשבר אין בערגן בעלזן ביים ענדע קריג, און אים געזאגט אז אפאר יאר שפעטער וועט ער זיין סיי אן אבי משפחה מיט זיסע קינדערלעך, און סיי א גביר מיט א סוקסעספולע ביזנעס אין אמעריקע, וואלט ער אים געלאכט אין פנים. אבער אז דער אייבערשטער וויל, ווערן חלומות פאקטן, און אין תשי"ב האט ער שוין געהאט א גוט-גייענדע פעקטארי פאר קליידונג, אין אמעריקע, און פארשטייט זיך - ער איז שוין געווען א מטופל מיט דריי זיסע קינדערלעך.

אין יענע יארן איז נאכנישט געווען די סאפיסטיקירטע ווידעא קעמערעס אזויווי היינט צוטאגס, און כדי צו האלטן חשבון אויף זיינע צענדליגע ארבעטער'ס, ווען מ'קומט און ווען מ'גייט, ווער ס'ארבעט מיט א פלייס און ווער ס'פוילעצט אונטער, האט ער געהאט אן אפיס א שטאק העכער דעם ריזן זאל וואו די ארבעטער'ס האבן געארבעט, און ער האט אריינגעשטעלט א באהאלטענער סקיי לייט, פון וואו ער האט געקענט באטראכטן פונקטליך ווער ס'ארבעט גוט און ווער נישט. ער האט נישט געוואלט מודיע זיין זיינע איינגעשטעלטע דערוועגן, כדי זיי נישט צו מאכן שפירן ווי נאגעקוקטע פערזאנען, און ער האט טאקע נישט אויסגענוצט דעם פענסטער'ל צו שמייסן זיינע ארבעטארער'ס, נאר ענדערש צו האלטן חשבון ווער ס'האלט דערביי און ווער נישט.

--------------------
ווען בערל חאצקעלאוויטש און בערל בערקאוויטש האבן זיך איינגעשריבן די זעלבע צייט צו קומען ארבעטן ביי אים, האט ער זיי ביידן גערן אריינגענומען, וויבאלד ער האט ליב געהאט צו האבן אפאר היימישע אידן ארבעטן פאר אים. אבער ער האט זיי ביידן אנגעווארנט נישט צו נעמען 'עטווענטעדזש' פונעם פאקט אז ער איז א היימישער, און זיי זאלן ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן. א זאך וואס בערל חאצקעלאוויטש האט גענומען מיט פארשטענדעניש און א פשטות, און האט טאקע געארבעט זייער איבערגעגעבן, נאך אפילו מער פון די אלטגעזעצענע ארבעטארער. בערל בערקאוויטש ווידער, האט זיך אויפגעפירט אזויווי ביים טאטן אין וויינגארטן, געקומען ווען ער האט געוואלט און געגאנגען ווען ער האט געוואלט, און היבש אונטערגעהינקעט ביים ארבעט. די חילוק צווישן די צוויי 'בערעלעך' - ווי מ'האט זיי גערופן - איז געווען הימלשרייענד, אזש מ'האט געמאכט א חילוק צווישן די צווי, רופנדיג דעם פלייסיגן חאצקעלאוויטש - 'בערל', און דעם פוילן אויסנוצערישן בערקאוויטש - 'בערקוי'. יש אומרים כשם גנאי, ויש אומרים כשם לואי ווייל זיין לעצטע נאמען איז געווען 'בערקאוויטש'.

אזויפיל שכל האט בערקוי [געמיינט אז ער האט] געהאט, אז ווען דער 'באסס' - משה ברוך מייעראוויטש - איז אריינגעקומען אין ארבעטספלאץ, פלעגט ער ארבעטן מיט א פלייס מיינענדיג אז ער שפילט גוט אויס דעם בעל הבית. אזוי אויך האט ער אנגעקניפט גוטע קשרים מיט די אנדערע ארבעטער'ס, זיכער מאכנדיג אז זיי זאלן אים נישט פאר'מסר'ן פארן באסס. און אזוי זענען פארלאפן וואכן, און דערנאך חדשים, ואין פוצה פה ומצפצף. בערל האט זיך גערעגט, אז ער ארבעט אזוי שווער און ווער באצאלט פונקט ווי דער פוילער שטריק בערקוי, אבער ס'וואלט נישט עולה געווען על דעתו צו פאר'מסר'ן א אידישע ברודער, און דערפאר האט ער געשוויגן. און יעדער האט טאקע געמיינט אז דער בעה"ב ווייסט פון גארנישט, וויבאלד ער פלעגט טאקע נישט זוכן צו 'ווייזן' פאר די ארבעטערס זיינע אז ער 'ווייסט' אלעס וואס קומט פאר ביי זיך אין פאבריק.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר