פארוואס פעלט אויס די רשעות?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6620
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4156 מאל

פארוואס פעלט אויס די רשעות?

שליחה דורך שבת אחים »

איך ווייס וואס איר טראכט שוין ווידער קומט דער אט״ד האקן אויף אונזער געזעלשאפט שוין ווייטער מיט זיין נעגיטיוויטי, אבער טייערע ברידער איך בעט אייך בכל לשון של בקשה הערטס מיך אויס א מינוט און געטס מיר א טשענס אייך צו אויפמערקזאם מאכן איבער גאר א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע פאר יעדעם איינעם אין אונזער היימישע קאמיונטי.

לאמיר אייך דערציילן א אמתע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט פארגאגענע וואך׃

ר׳ שמואל איז א ליבליכע חסידישע איד א בן ששים א וויואלער מיטגעמאכטער מענטש וואס ליידט זיך נעבעך אפ א פעקל צרות צרירות פון אלע זייטן, מיט דעם אלעם איז ער גאר א באטאמטער געשמאקער איד וואס האט שטענדיג א שמייכל אויף זיין פנים און אייביג א גוט ווארט און א גלייך-ווערטל און איז שטענדיג גרייט צו העלפן א יעדעם איינעם און איז א ריכטיגע נוח לבריות, ער זיצט בקביעות א יעדען טאג אין א געוויסע רעסטעראנט אין מאנסי און עסט זיין טעגליכע פת שחרית וואס באשטייט שוין יארן פון די זעלבע עסען אומגעטוישט אזוי ארום דארף ער ניטאמאל באשטעלן די עסען נאר די ארבעטארערס פון געשעפט ווייסן שוין אויסווענדיג וואס ער דארף און ווי נאר זיי זעהן ר׳ שמואל אריינקומען נעמען זיי זיך גלייך צו די עבודה,

אין א געוויסע צופרי ווען ר׳ שמואל איז אריינגעקומען אין געשעפט איז דארט געוועהן א צווייטע איד וואס איז פערצופאל אריינגעקומען דארט און ווען ער האט געזעהן אז ר׳ שמואל באקומט אויטאמאטיטש די עסען האט ער ממש נישט געקענט אויסהאלטן די חוצפה אז איינער איבערהיפּט די ליין און באקומט צו עסען פאר אים איז ער צוגעגאנגען צי ר׳ שמואל אין אים געזאגט די ווערטער: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איר האט אזעלכע קינדער אז דו פירסט זיך אזוי אויף"!

ר׳ שמואל א מדקדק בקלה ובחמורה גייט זיך יעדען טאג טובלן אין מקוה און פארפעלט נישט קיין מנין דריי מאל א טאג, ער האט ליידער מעהר ווי איין קינד וואס איז אראפ פון אידישען וועג, זיי וואוינען נישט מיט אים צוזאמען און זיי האבן גאר ווייניג שייכות, אבער וואס קען ער נעבעך טוהן? ער עסט זיך דאס געזונט צוזאמען מיט זיין בני בית און די גאנצע משפחה פילט ווי א ביטערע טראגעידיע האט זיי באטראפן אבער ליידער זאגט ער אז אפאר מאל א וואך דערמאנען אים גיטע אידן וועגן זיינע קינדער און זיין פיין אזוי אז ער זאל ח״ו נישט פארגעסן און מסיח דעת זיין פאר א רגע פון זיינע ביטערע צרות!

איך וואלט אפשר געקענט פארשטיין ווען די ראצערס וואלטן אנגעשריגען אדער געמוסרט זיינע קינדער וואס זענען אטד און אראפ פון וועג אבער וואס ווילט איר פון דעם אומשולדיגן טאטן? וואס קען ער נעבעך טוהן? פון ווי שטאמט אזא פרעכע גרויליגע רשעות? וואס ווילט איר אויפטוהן מיט דעם? קיין איין אטד וועט נישט דורך דעם האבן געלייגט תפילין אדער האלטן שבת! וואס ווילט איר פון אזא איד וואס איז ארומגענומען מיט צרות פארוואס פעלט אויס צולייגן זאלץ אויף די וואונדען? און וויאזוי איז דעס אויסעגעהאלטן ע״פ תורה וואס איז מיט לשה״ר, רכילות, "לא תונו איש את עמיתו", "ואהבת לרעך כמוך", "לא יומתו אבות על בנים ובנים לא יומתו על אבות איש בחטאו יומתו"?.

טייערע ברידער איך בין נישט געקומען קאמפלעינען אין די אשכול כדרכי בקודש איך וויל אייך נאר אויפמערקזאם מאכן אז ווען איר זעהט א איד וואס האט א אט״ד קינד זאלט איר וויסן אז די עלטערן און די משפחה זענען שרוי בצער און ס׳קומט זיי נישט אן גרינג און זיי שעמען זיך גאר שטארק דערמיט איז ביטע זיך רעכענענן מיט זייערע געפילן! רעדסט ארום איבעראל דערפון און פארמערטס Public awareness וויאזוי אומצוגיין מיט עלטערן און משפחה וואס האבן אטד ברידער און שוועסטער, פרעגטס נישט די עלטערן וואס זייערע קינדער מאכן ווייל דעס דערמאנט זיי נאר פון זייערע צרות און זיי ווערן דורכדעם פארשעמט, רעקאמענדירט זיי אויך נישט קיין טערפיסטן און מישט אייך נישט אריין אין יענעמעס קישקעס און לאזט יעדעם לעבן ווייל סוכ״ס איז קיינער נישט פארזיכערט מיט זיינע קינדער אפילו יצחק אבינו האט געהאט א זוהן א אטד מיט דעם אלעמען האט ער אים זייער ליעב געהאט ווי אויך דער באר מים חיים זצוק״ל און דער אהבת ישראל זצוק״ל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר