בלאט 1 פון 2

ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:17 pm
דורך ראוונע
קענטאקי קלוירק קים דעיוויס האט זיך ברייט באקאנט געמאכט מיט דעם וואס זי וויל בשום אופן נישט געבן קיין מערידזש לייסענס פאר געי קאפעלס ווייל זי טענה׳ט אז איר רעליגיע ערלויבט איר דאס נישט צו טון, היינט האט איר א דזשאדזש געהאלטען אין contempt of court אין מהאט איר תיכף אפגעפירט אין תפיסה אריין,
די שאלה איז יעצט. קען די רעגירונג מיך צווינגען צו טון עפעס וואס איז קעגן מיין רעליגיע?
טייערע חבירים לאזט אייך הערן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:20 pm
דורך chusid
news.yahoo.com/latest-hundreds-protesters-gay-marriage-hearing-150541892.html


גלח דאווענט פארנט פון געריכט הויז לטובת קום דעוויס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:19 pm
דורך יואליש
קודם וויאזוי איז דאס קעגן איר רעליגיע. קיינער הייסט איר נישט חתונה האבן מיט א פרוי. סך הכל זאגט די רעגירונג טוה דיין זשאב און קוק נאך אויב די קאפעל'ס אפליקאציע איז נאכגעקומען די געזעצליכע פארשריפטן. און אויב יא, גיב א זיגל.


אויב טענה'ט זי מכח ערבות אדער לפני עיוור איז דאך אין לדבר סוף. מעג א קוימען קערער רייניגן א קוימען וואס הייצט א בילדונג ווי מ'פארקויפט פאפירן וועלכע גייען געניצט ווערן פאר א געי מערידזש סערטיפעקאט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:33 pm
דורך ראוונע
יואליש האט געשריבן:קודם וויאזוי איז דאס קעגן איר רעליגיע. קיינער הייסט איר נישט חתונה האבן מיט א פרוי. סך הכל זאגט די רעגירונג טוה דיין זשאב און קוק נאך אויב די קאפעל'ס אפליקאציע איז נאכגעקומען די געזעצליכע פארשריפטן. און אויב יא, גיב א זיגל.


אויב טענה'ט זי מכח ערבות אדער לפני עיוור איז דאך אין לדבר סוף. מעג א קוימען קערער רייניגן א קוימען וואס הייצט א בילדונג ווי מ'פארקויפט פאפירן וועלכע גייען געניצט ווערן פאר א געי מערידזש סערטיפעקאט?

מיטען איר אינטערשרייבען באשטעטיגט זי אז עס הייסט חתונה געהאט
עפעס וואס איר רעליגיע אנערקענט נישט

Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:36 pm
דורך ירא שמים
מהאט דאך פארפירט נישט נאר קעגן די עצם לאגאלעזירען די עצם אקט נאר אויך קעגן דאס אנערקענען , איז אנערקענען אליינס איז א פראבלעם , דאס אז זי טוט דאס נאר מן השפה ולחוץ קען זיין אז סהייסט אזוי ווי זיך שמד׳ן מן השפה ולחוץ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:36 pm
דורך ראוונע
אבער פון די אנדערע זייט ווען מען האט איר איינגעשוואוירען האט זי געשוואוירען צו זיין געטריי צו די געזעצן פונעם לאנד אין דעס איז א געזעץ

Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:37 pm
דורך ירא שמים
אדעתא דהכי לא נשבעת.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:37 pm
דורך פידלער
יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער. זי ווערט יעצט א hero ביי די רעכטע. דערנאך קומט speaking engagements, א ביך, א פילם... באלד דארף זי שוין נישט דע זשאב פאר $8 א שעה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:41 pm
דורך chusid
אז א איד וועט ווערן קאמישינער פון טרענספארטעישאן פון ניו יארק סיטי קען ער אפשפארן באן סערוויס שבת?? פרייהייט פון רעליגיע??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:42 pm
דורך יואליש
ירא שמים האט געשריבן:אדעתא דהכי לא נשבעת.


ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?

Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:48 pm
דורך ירא שמים
אז דו קוקסט מצד זיין רעליגיע דארפסטו זעען מי זיין רעליגיע לאזט , דעטס אלל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:49 pm
דורך ראוונע
יואליש האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אדעתא דהכי לא נשבעת.


ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?

לכאורה נישט
אבער זי טענה׳ט אז ווען זי איז געווארען עלעקטעד קלוירק איז נאכנישט געווען אזא געזעץ

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:50 pm
דורך יואליש
איך האב א רעליגיעזע פראבלעם צו צאלן טעקסעס פאר א רעגירונג וואס ניצט מיין געלט אויף אלע איסורי דאוריתא ודרבנן, און נאכדערצו ווען זיי שיקן מיליטערישע הילף פארן ציוניסטישע לאנד!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:52 pm
דורך יואליש
ראוונע האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אדעתא דהכי לא נשבעת.


ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?

לכאורה נישט
אבער זי טענה׳ט אז ווען זי איז געווארען עלעקטעד קלוירק איז נאכנישט געווען אזא געזעץ


אבער זי האט זיך אונטערגענימען צו איינהאלטן די געזעץ אפי' נייע וועלכע וועלן אונטערקומען שפעטער און זי האט געוויסט אז געי מערידזש איז פארגעשלאגן אלס א מעגליכע געזעץ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 6:16 pm
דורך ראוונע
יעצט הער איך אז זי איז גאר א דעמאקראט

Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm
דורך דעת תורה
איר רעליגיע הייסט איר דען אנהאלטן דעם זשאב? זאל זי מוחל זיין רעזיגנירן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
ראוונע האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:קודם וויאזוי איז דאס קעגן איר רעליגיע. קיינער הייסט איר נישט חתונה האבן מיט א פרוי. סך הכל זאגט די רעגירונג טוה דיין זשאב און קוק נאך אויב די קאפעל'ס אפליקאציע איז נאכגעקומען די געזעצליכע פארשריפטן. און אויב יא, גיב א זיגל.


אויב טענה'ט זי מכח ערבות אדער לפני עיוור איז דאך אין לדבר סוף. מעג א קוימען קערער רייניגן א קוימען וואס הייצט א בילדונג ווי מ'פארקויפט פאפירן וועלכע גייען געניצט ווערן פאר א געי מערידזש סערטיפעקאט?

מיטען איר אינטערשרייבען באשטעטיגט זי אז עס הייסט חתונה געהאט
עפעס וואס איר רעליגיע אנערקענט נישט

בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט בכלל נישט וואו איר שפיץ איז?!

זי איז דען 'מכיר' אין זייער מערידזש? זי איז מכיר אז על פי חוקי מדינת אמעריקע זענען זיי פארהייראט. דאס האט דען עפעס מיט איר? מ'האט איר דען געצווינגען מכיר צו זיין אז לויט איר רעליגיע זענען זיי אויך פארהייראט?! א פייג.

סתם רגשות לבה קען אוודאי נישט קומען אויפן חשבון חוקי המדינה, און איך זע נישט וואו מ'צווינגט איר צו גיין קעגן חוקי הנוצרים.

Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:56 pm
דורך דעת תורה
אלס מסייע לידי עוברי עבירה. די פראבלעם איז נישט דאס מכיר זיין

Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:03 pm
דורך גר ותושב
chusid האט געשריבן:אז א איד וועט ווערן קאמישינער פון טרענספארטעישאן פון ניו יארק סיטי קען ער אפשפארן באן סערוויס שבת?? פרייהייט פון רעליגיע??




יואליש האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אדעתא דהכי לא נשבעת.


ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?


שתי תשובות בדבר איינס די אלע געזעצן וואס איז דא אויסגערעכנט איז געזעצן שייך נאר פאר יודן איז נישט שייך צו זאגן אז ווייל איך דארף היטען שבת טאר א גוי נישט פארן מיט א באס וואס איך בין אחראי דעראויף און ווייל איך מעיג נישט עסן חזיר טאר איך נישט לאזן א גוי עסן חזיר פאר א גוי איז עס נישט קיין שום איסור.

ועוד ביי אונז יודן ווייסט מען פון שבע מצוות בני נח און דאכט זיך אז מען איז עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול אויב א יוד וואלט ווען געחתמט אויף אזא צעטל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:14 pm
דורך ירח בן יומו
יואליש האט געשריבן:איך האב א רעליגיעזע פראבלעם צו צאלן טעקסעס

אין אמת'ן אריין איז טאקע דא אזא רעליגיע וואס די ריגירונג קען טאקע נישט נעמען ביי זיי קיין טעקס. זיי וועלוען נאר נאכן די טויט פאר דער וואס טענה'ט אזוי און עם בודק זיין צו ער היט טאקע אלע מנהגים פון יענע רעיליגע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:43 pm
דורך ראוונע
די ריכטער האט געמאלדען אז ער וועט איר האלטען אין טורמע ביז זי וועט זיך ברעכן
לאמיר זעהן ווילאנג זי וועט זיך קענען האלטען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:49 pm
דורך מבקר
לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.

Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:50 pm
דורך גר ותושב
מבקר האט געשריבן:לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.

מהיכא תיתי?